Yiddish
Hebrew
אידיש
1 פֿון דָוִדן אַ מזמור. גאָט זאָגט צו מײַן האַר: זיץ בײַ מײַן רעכטער האַנט, ביז איך װעל מאַכן דײַנע פֿײַנטפֿאַר אַ בענקל צו דײַנע פֿיס. 2 דעם צעפּטער פֿון דײַן מאַכט װעט גאָט אױסשטרעקן פֿון צִיון; געװעלטיק צװישן דײַנע פֿײַנט. 3 דײַן פֿאָלק באָט זיך אָןאין טאָג פֿון דײַן מלחמה; אין הײליקער שײנקײט, פֿון טראַכט פֿון באַגינען, קומט דיר דער טױ פֿון דײַן יוגנט. 4 גאָט האָט געשװאָרן, און װעט ניט חרטה האָבן: ביסט אַ כּהן אױף אײביק, אױפֿן שטײגער פֿון מַלכּי-צדק. 5 גאָט בײַ דײַן רעכטער האַנטצעהאַקט מלכים אין טאָג פֿון זײַן צאָרן. 6 ער װעט טאָן אַ משפּט צװישן די פֿעלקער; ער פֿילט אָן מיט טױטע לײַבער; ער צעהאַקט קעפּ אױף אַ ברײטן לאַנד. 7 פֿון באַך אױפֿן װעג װעט ער טרינקען; דרום װעט ער אױפֿהײבן דעם קאָפּ.
עברית
1 לְדָוִ֗ד מִ֫זְמ֥וֹר נְאֻ֤ם יְהוָ֨ה לַֽאדֹנִ֗י שֵׁ֥ב לִֽימִינִ֑י עַד־אָשִׁ֥ית אֹ֝יְבֶ֗יךָ הֲדֹ֣ם לְרַגְלֶֽיךָ׃ 2 מַטֵּֽה־עֻזְּךָ֗ יִשְׁלַ֣ח יְ֭הוָה מִצִּיּ֑וֹן רְ֝דֵ֗ה בְּקֶ֣רֶב אֹיְבֶֽיךָ׃ 3 עַמְּךָ֣ נְדָבֹת֮ בְּי֪וֹם חֵ֫ילֶ֥ךָ בְּֽהַדְרֵי־קֹ֭דֶשׁ מֵרֶ֣חֶם מִשְׁחָ֑ר לְ֝ךָ֗ טַ֣ל יַלְדֻתֶֽיךָ׃ 4 נִשְׁבַּ֤ע יְהוָ֨ה וְלֹ֥א יִנָּחֵ֗ם אַתָּֽה־כֹהֵ֥ן לְעוֹלָ֑ם עַל־דִּ֝בְרָתִ֗י מַלְכִּי־צֶֽדֶק׃ 5 אֲדֹנָ֥י עַל־יְמִֽינְךָ֑ מָחַ֖ץ בְּיוֹם־אַפּ֣וֹ מְלָכִֽים׃ 6 יָדִ֣ין בַּ֭גּוֹיִם מָלֵ֣א גְוִיּ֑וֹת מָ֥חַץ רֹ֝֗אשׁ עַל־אֶ֥רֶץ רַבָּֽה׃ 7 מִ֭נַּחַל בַּדֶּ֣רֶךְ יִשְׁתֶּ֑ה עַל־כֵּ֝֗ן יָרִ֥ים רֹֽאשׁ׃