אידיש
1
אַ געזאַנג, אַ מזמור פֿון דָוִדן.
2
פֿעסט איז מײַן האַרץ, גאָט, איך װעל זינגען און שפּילן, יאָ, מיט מײַן זעל.
3
דערװעק דיך, גיטאַר און האַרף; לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען.
4
איך װעל דיך לױבן, גאָט, צװישן די פֿעלקער, און דיך באַזינגען צװישן די אומות.
5
װאָרום גרױס איבער די הימלען איז דײַן חֶסד, און ביז די װאָלקן דײַן טרײַשאַפֿט.
6
דערהײב דיך איבער די הימלען, גאָט, און איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד.
7
כּדי דײַנע באַליבטע זאָלן דערלײזט װערן, העלף מיט דײַן רעכטער האַנט, און ענטפֿער מיר.
8
גאָט האָט גערעדט אין זײַן הײליקײט, אַז איך װעל דערפֿרײט װערן; איך װעל צעטײלן שכם, און דעם טאָל סוכּות װעל איך אױסמעסטן.
9
מײַן איז גִלעָד, מײַן איז מנשה, און אפֿרַיִם איז דער קיװער פֿון מײַן קאָפּ; יהוּדה איז מײַן צעפּטער.
10
מואָבֿ איז מײַן װאַשטאָפּ, אױף אדום װאַרף איך מײַן שוך, איבער פּלֶשֶת טו איך שאַלן.
11
װער ברענגט מיך צו דער באַפֿעסטיקטער שטאָט, װער פֿירט מיך קײן אדום?
12
פֿאַר װאָר, גאָט, האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, און גײסט ניט אַרױס, גאָט, מיט אונדזערע מחנות.
13
גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿײַנט, װאָרום נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן.
14
מיט גאָט װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות, און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿײַנט.