אידיש
1
״גיט אַ דאַנק צו גאָט, װאָרום ער איז גוט, װאָרום אױף אײביק איז זײַן חֶסד״,
2
זאָלן זאָגן די אױסגעלײזטע פֿון גאָט, װאָס ער האָט זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט,
3
און פֿון די לענדער זײ אײַנגעזאַמלט, פֿון מזרח און פֿון מערבֿ, פֿון צפֿון און פֿון ים.
4
זײ האָבן געבלאָנדזשעט אין מדבר אױף אַ װיסטן װעג, קײן שטאָט פֿון יִשובֿ ניט געפֿונען.
5
הונגעריקע און דאָרשטיקע, איז זײער זעל געװען פֿאַרחלשט אין זײ.
6
האָבן זײ געשריִען צו גאָט אין זײער נױט, און ער האָט זײ מציל געװען פֿון זײער קלעם.
7
און ער האָט זײ געפֿירט אױף אַ גלײַכן װעג, צו קומען צו אַ שטאָט פֿון יִשובֿ.
8
זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר זײַן חֶסד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
9
װאָרום ער האָט געזעטיקט די פֿאַרשמאַכטע זעל, און די הונגעריקע זעל האָט ער אָנגעפֿילט מיט גוטס.
10
די װאָס זײַנען געזעסן אין פֿינצטערניש און טױטשאָטן, געקײט אין פּײַן און אײַזן –
11
װײַל זײ האָבן װידערשפּעניקט די װערטער פֿון גאָט, און די עצה פֿון דעם אױבערשטן געלעסטערט;
12
און ער האָט אונטערטעניקט מיט לײַד זײער האַרץ; זײ זײַנען געשטרױכלט געװאָרן, און ניט געװען קײן העלפֿער –
13
האָבן זײ געשריִען צו גאָט אין זײער נױט, און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם.
14
ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון פֿינצטערניש און טױטשאָטן, און זײערע בינדשטריק האָט ער צעריסן.
15
זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר זײַן חֶסד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
16
װאָרום ער האָט צעבראָכן די קופּערנע טירן, און די אײַזערנע ריגלען צעהאַקט.
17
נאַרן האָבן פֿאַר זײער זינדיקן װעגאון פֿאַר זײערע פֿאַרברעכן געליטן;
18
זײער זעל האָט זיך געעקלט מיט איטלעכער שפּײַז, און זײ האָבן דערגרײכט ביז די טױערן פֿון טױט.
19
האָבן זײ געשריִען צו גאָט אין זײער נױט, און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם.
20
ער האָט געשיקט זײַן װאָרט און זײ געהײלט, און געמאַכט אַנטרינען פֿון זײערע קבֿרים.
21
זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר זײַן חֶסד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
22
און זײ דאַרפֿן שלאַכטן דאַנקאָפּפֿער, און דערצײלן זײַנע מעשׂים מיט געזאַנג.
23
די װאָס נידערן אין שיפֿן אױפֿן ים, די װאָס טוען מסחר אױף גרױסע װאַסערן,
24
זײ האָבן געזען די מעשׂים פֿון גאָט, און זײַנע װוּנדער אױף דער טיפֿעניש.
25
װאָרום ער האָט געהײסן און געמאַכט אױפֿשטײן אַ שטורעמװינט, װאָס האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אינדן.
26
זײ זײַנען אַרױף ביזן הימל, גענידערט ביז די תּהומען, זײער זעל איז צעגאַנגען פֿון אַנגסט.
27
זײ האָבן זיך געדרײט און געװאָרפֿן װי אַ שיכּורער, און זײער גאַנצע חכמה איז צעמישט געװאָרן.
28
האָבן זײ געשריִען צו גאָט אין זײער נױט, און ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון זײער קלעם.
29
ער האָט אײַנגעשטעלט דעם שטורעם אין שטילקײט, און אַנטשװיגן געװאָרן זײַנען די אינדן.
30
און זײ האָבן זיך געפֿרײט װאָס זײ זײַנען אײַנגעשטילט, און ער האָט זײ געפֿירט צו דעם באָרטן פֿון זײער באַגער.
31
זײ דאַרפֿן דאַנקען גאָט פֿאַר זײַן חֶסד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
32
און זײ דאַרפֿן אים דערהײבן אין דער אײַנזאַמלונג פֿון פֿאָלק, און אין דער זיצונג פֿון די עלטסטע אים לױבן.
33
ער מאַכט שטראָמען פֿאַר אַ מדבר, און אױסגאַנגען װאַסער פֿאַר אַ דאָרשטעניש;
34
אַ פֿרוכטיק לאַנד פֿאַר אַ זאַלצװיסטעניש, פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון די װױנער אין איר.
35
ער מאַכט אַ מדבר פֿאַר אַ טײַך װאַסער, און אַ טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער.
36
און ער באַזעצט דאָרטן די הונגעריקע, און זײ שטעלן אױף אַ שטאָט פֿון יִשובֿ.
37
און זײ פֿאַרזײען פֿעלדער, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער, װאָס ברענגען פֿרוכט צום אײַנקום.
38
און ער בענטשט זײ, און זײ מערן זיך זײער, און ער לאָזט ניט זײערע בהמות זײַן װינציק.
39
און אַנדערע װערן געמינערט און געבױגן, פֿון דער דריקעניש פֿון אומגליק און קומער.
40
ער גיסט אױס פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן, און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטע אָן אַ װעג.
41
און ער הײבט אױף דעם אבֿיון פֿון אָרימקײט, און מאַכט װי שאָף זײַנע משפּחות.
42
די רעכטפֿאַרטיקע זעען און פֿרײען זיך, און איטלעך אומרעכט מאַכט צו זײַן מױל.
43
װער עס איז קלוג, זאָל מערקן דאָס דאָזיקע, און זאָלן זײ באַטראַכטן די חסדים פֿון גאָט.