אידיש
1
גיט אַ דאַנק צו גאָט, רופֿט זײַן נאָמען, לאָזט װיסן צװישן די פֿעלקער זײַנע טוּונגען.
2
זינגט צו אים, שפּילט צו אים, רעדט פֿון אַלע זײַנע װוּנדער.
3
רימט אײַך מיט זײַן הײליקן נאָמען; זאָל זיך פֿרײען דאָס האַרץ פֿון די װאָס זוכן גאָט.
4
פֿאָרשט גאָט און זײַן שטאַרקײט, זוכט זײַן פּנים תּמיד.
5
דערמאָנט זײַנע װוּנדער װאָס ער האָט געטאָן, זײַנע צײכנס, און די משפּטים פֿון זײַן מױל,
6
איר זאָמען פֿון אבֿרהם זײַן קנעכט, איר קינדער פֿון יעקבֿ, זײַנע אױסדערװײלטע.
7
ער איז יהוה אונדזער גאָט, איבער דער גאַנצער ערד זײַנען זײַנע משפּטים.
8
ער געדענקט אײביק זײַן בונד, דאָס װאָרט װאָס ער האָט באַפֿױלן אױף טױזנט דורות;
9
װאָס ער האָט געשלאָסן מיט אַבֿרהמען, און זײַן שבֿועה צו יצחקן.
10
און ער האָט עס אױפֿגעשטעלט פֿאַר אַ חוק צו יעקבֿ, פֿאַר אַן אײביקן בונד צו ישׂראל,
11
אַזױ צו זאָגן: דיר װעל איך געבן דאָס לאַנד כּנַעַן, דעם טײל פֿון אײַער נחלה.
12
אַז איר זײַט געװען מענטשן געצײלטע, װינציק און פֿרעמדע דערין,
13
און זײ זײַנען אומגעגאַנגען פֿון פֿאָלק צו פֿאָלק, און פֿון אײן קיניגרײַך צו אַן אַנדער אומה,
14
האָט ער ניט געלאָזן אַ מענטשן זײ דריקן, און האָט געשטראָפֿט מלכים װעגן זײ:
15
איר זאָלט ניט אָנרירן מײַנע געזאַלבטע, און מײַנע נבֿיאים זאָלט איר ניט בײז טאָן.
16
און ער האָט גערופֿן אַ הונגער אױפֿן לאַנד, יעטװעדער אונטערלען פֿון ברױט האָט ער צעבראָכן.
17
ער האָט זײ פֿאַרױס געשיקט אַ מאַן: פֿאַר אַ קנעכט איז פֿאַרקױפֿט געװאָרן יוסף.
18
מע האָט געפּײַניקט אין קײטן זײַן פֿוס, אין אײַזן איז אַרײַנגעטאָן געװאָרן זײַן לײַב;
19
ביז דער צײַט װאָס זײַן װאָרט איז געשען, האָט דער באַפֿעל פֿון גאָט אים געפּרוּװט.
20
דער מלך האָט געשיקט און אים לױז געלאָזט, דער געװעלטיקער פֿון פֿעלקער – און אים פֿרײַ געמאַכט.
21
ער האָט אים געמאַכט פֿאַר אַ האַר איבער זײַן הױז, און פֿאַר אַ געװעלטיקער איבער זײַן גאַנצן אײגנס,
22
צו בינדן זײַנע האַרן לױט זײַן באַראָט, און זײַנע עלטסטע זאָל ער קליגן.
23
און ישׂראל איז געקומען קײן מצרַיִם. און יעקבֿ האָט זיך אױפֿגעהאַלטן אין לאַנד חָם.
24
און ער האָט זײער געפֿרוכפּערט זײַן פֿאָלק, און זײ געמאַכט שטאַרקער פֿון זײערע דריקער.
25
ער האָט פֿאַרקערט זײער האַרץ פֿײַנט צו האָבן זײַן פֿאָלק, זיך צו קליגן אַקעגן זײַנע קנעכט.
26
ער האָט געשיקט משה זײַן קנעכט, אַהרֹנען װעמען ער האָט אױסדערװײלט.
27
האָבן זײ געמאַכט צװישן זײ די זאַכן פֿון זײַנע צײכנס, און װוּנדער אין לאַנד פֿון חָם.
28
ער האָט אָנגעשיקט פֿינצטערניש און פֿינצטער געמאַכט; און זײ האָבן ניט װידערשפּעניקט זײַן װאָרט.
29
ער האָט פֿאַרקערט זײערע װאַסערן אין בלוט, און האָט געטײט זײערע פֿיש.
30
זײער לאַנד האָט געװידמעט פֿרעש, ביז אין די קאַמערן פֿון זײערע מלכים.
31
ער האָט געהײסן, און אַ געמיש פֿליגן איז געקומען, אומגעציפֿער אין זײער גאַנצן געמאַרק.
32
ער האָט געגעבן אָנשטאָט זײערע רעגנס האָגל, אַ פֿלאַמפֿײַער אין זײער לאַנד.
33
און ער האָט אײַנגעשלאָגן זײער װײַנשטאָק און זײער פֿײַגנבױם, און אױסגעבראָכן די בײמער פֿון זײער געמאַרק.
34
ער האָט געהײסן, און אַ הײשעריק איז געקומען, און אַ גראָזפֿרעסער אַזש אָן אַ צאָל;
35
און ער האָט אױפֿגעגעסן יעטװעדער קרײַטעכץ אין זײער לאַנד, און אױפֿגעגעסן די פֿרוכט פֿון זײער ערד.
36
און ער האָט געשלאָגן יעטװעדער בכָור אין זײער לאַנד, די ערשטלינגען פֿון אַל זײער קראַפֿט.
37
און האָט זײ אַרױסגעצױגן מיט זילבער און גאָלד; און ניט געװען צװישן זײַנע שבֿטים אַ שטרױכלער.
38
מצרַיִם האָט זיך געפֿרײט מיט זײער אַרױסגײן, װאָרום זײער שרעק איז געפֿאַלן אױף זײ.
39
ער האָט פֿאַרשפּרײט אַ װאָלקן צום צודעק, און אַ פֿײַער צו לײַכטן בײַ נאַכט.
40
מע האָט פֿאַרלאַנגט, און ער האָט געבראַכט װאַכטלפֿױגלען, און מיט ברױט פֿון הימל פֿלעגט ער זײ זעטן.
41
ער האָט געעפֿנט אַ פֿעלדז, און װאַסער איז גערונען, געגאַנגען װי אַ טײַך דורך די טריקענישן.
42
װאָרום ער האָט געדאַכט אָן זײַן הײליקן צוזאָגצו אבֿרהם זײַן קנעכט.
43
און ער האָט אַרױסגעצױגן זײַן פֿאָלק מיט פֿרײד, מיט געזאַנג זײַנע אױסדערװײלטע.
44
און ער האָט זײ געגעבן די לענדער פֿון די פֿעלקער, און די מי פֿון די אומות האָבן זײ געיַרשעט;
45
כּדי זײ זאָלן האַלטן זײַנע געזעצן, און זײַנע לערנונגען זאָלן זײ היטן. הַלְלוּיָה.