אידיש
1
לױב גאָט, מײַן זעל; יהוה מײַן גאָט, ביסט גרױס ביז גאָר, אין גלאַנץ און שײנקײט ביסטו אָנגעקלײדט.
2
דער װאָס װיקלט זיך אין ליכט װי אין אַ מאַנטל, װאָס שפּרײט אױס די הימלען װי אַ פֿאָרהאַנג.
3
װאָס באַלקנט מיט װאַסער זײַנע אױבערשטובן; װאָס מאַכט װאָלקנס פֿאַר זײַן רײַטװאָגן, װאָס גײט אױף די פֿליגלען פֿון װינט.
4
װאָס מאַכט זײַנע שלוחים די װינטן, זײַנע משרתים – פֿלאַקעריק פֿײַער.
5
ער האָט געגרונטפֿעסט די ערד אױף אירע געשטעלן, זי זאָל זיך ניט װאַקלען, אײביק און שטענדיק.
6
דעם תּהָום, אים האָסטו װי אַ קלײד איבערגעדעקט; איבער די בערג זײַנען געשטאַנען די װאַסערן.
7
פֿון דײַן אָנגעשרײ זײַנען זײ אַנטלאָפֿן, פֿון קָול פֿון דײַן דונער האָבן זײ אַװעקגעאײַלט –
8
בערג האָבן זיך אױפֿגעהױבן, טאָלן האָבן גענידערט – צו דעם אָרט װאָס דו האָסט געגרונטפֿעסט פֿאַר זײ.
9
האָסט געמאַכט אַ גבֿול װאָס זײ זאָלן ניט אַריבערגײן, כּדי זײ זאָלן ניט װידער באַדעקן די ערד.
10
ער איז דער װאָס שיקט קװאַלן אין די טאָלן, זײ זאָלן גײן צװישן די בערג.
11
זײ טרינקען אָן אַלע חיות פֿון פֿעלד, די װאַלדאײזלען שטילן זײער דאָרשט.
12
לעבן זײ רוען די פֿױגלען פֿון הימל, פֿון צװישן די צװײַגן גיבן זײ אַרױס אַ קָול.
13
ביסט דער װאָס טרינקט אָן די בערג פֿון זײַנע אױבערשטובן; פֿון דער פֿרוכט פֿון דײַנע טוּונגען װערט געזעטיקט די ערד.
14
ער מאַכט שפּראָצן גראָז פֿאַר דער בהמה, און הײ פֿאַר די אַרבעטפֿי פֿון דעם מענטשן, כּדי אַרױסצוציִען ברױט פֿון דער ערד;
15
און װײַן װאָס דערפֿרײט דעם מענטשנס האַרץ, צו מאַכן גלאַנצן דעם פּנים מער װי אײל; און ברױט װאָס לענט אונטער דעם מענטשנס האַרץ.
16
די בײמער פֿון גאָט זעטן זיך אָן, די צעדערן פֿון לבֿנון װאָס ער האָט געפֿלאַנצט,
17
װאָס דאָרטן נעסטן די פֿױגלען; דער שטאָרך, זײַן הױז זײַנען ציפּרעסן.
18
די הױכע בערג זײַנען פֿאַר די שטײנבעק, די פֿעלדזן אַ באַשיצונג פֿאַר די קיניגלס.
19
ער האָט געמאַכט די לבֿנה פֿאַר די צײַטן; די זון װײס איר אונטערגאַנג.
20
מאַכסט פֿינצטערניש, און עס װערט נאַכט, אין איר װידמענען זיך אַלע חיות פֿון פֿעלד.
21
די יונגלײבן ברילן נאָך רױב, און בעטן פֿון גאָט זײער שפּײַז.
22
גײט אױף די זון, װערן זײ אײַנגעטאָן, און זײ הױערן אין זײערע נאָרעס.
23
גײט אַרױס דער מענטש צו זײַן װערק, און צו זײַן אַרבעט ביז אָװנט.
24
װי פֿיל זײַנען דײַנע װערק, גאָט! זײ אַלע האָסטו מיט חכמה געמאַכט; די גאַנצע ערד איז פֿול מיט דײַן באַשאַף.
25
אָן איז דער ים, גרױס און ברײט, דאָרט איז אַ װידמענונג אָן אַ צאָל, חיות גרױסע מיט קלײנע.
26
דאָרט גײען אום שיפֿן; דער לִויָתן װאָס דו האָסט באַשאַפֿן זיך צו שפּילן דערין.
27
זײ אַלע קוקן אױס צו דיר, צו געבן זײער שפּײַז אין איר צײַט.
28
גיסטו זײ, קלײַבן זײ אױף, עפֿנסט דײַן האַנט, זעטן זײ זיך מיט גוטס.
29
פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים, װערן זײ פֿאַרכאַפּט, טוסט אײַן זײער אָטעם, פֿאַרגײען זײ, און קערן זיך אום צו זײער שטױב.
30
שיקסט אַרױס דײַן אָטעם, װערן זײ באַשאַפֿן, און דו באַנײַסט דעם פּנים פֿון דער ערד.
31
זאָל דער כּבֿוד פֿון גאָט זײַן אױף אײביק! זאָל גאָט זיך פֿרײען מיט זײַנע װערק!
32
דער װאָס קוקט אָן די ערד, און זי ציטערט, װאָס רירט אָן די בערג, און זײ רײכערן.
33
איך װעל זינגען צו יהוה כּל-זמן איך לעב, איך װעל שפּילן צו מײַן גאָט װי לאַנג איך בין.
34
זאָל אים געזיסט זײַן מײַן רעדן; איך פֿרײ זיך מיט גאָט.
35
זאָלן די זינדיקע פֿאַרלענדט װערן פֿון דער ערד, און די רשָעים זאָלן מער ניט זײַן. לױב גאָט, מײַן זעל, הַלְלוּיָה.