אידיש
1
פֿון דָוִדן.
2
לױב, מײַן זעל, גאָט, און אַלע מײַנע אינגעװײד, זײַן הײליקן נאָמען. לױב גאָט, מײַן זעל, און זאָלסט ניט פֿאַרגעסן אַלע זײַנע טובֿות;
3
דער װאָס פֿאַרגיט אַל די זינד דײַנע, װאָס הײלט אַלע קראַנקשאַפֿטן דײַנע;
4
װאָס לײזט אױס פֿון גרוב דײַן לעבן, װאָס קרײנט דיך מיט גענאָד און דערבאַרימונג;
5
װאָס זעטיקט מיט גוטס דײַן עלטער, װי אַן אָדלער באַנײַט זיך די יוגנט דײַנע.
6
גאָט טוט גערעכטיקײטן, און רעכט צו אַלע געדריקטע.
7
ער האָט געלאָזט װיסן משהן זײַנע װעגן, די קינדער פֿון ישׂראל זײַנע מעשׂים.
8
גאָט איז דערבאַרימדיק און לײַטזעליק, אײַנגעהאַלטן אין צאָרן און רײַך אין גענאָד.
9
ניט שטענדיק װעט ער קריגן, און ניט אײביק װעט ער האַלטן אַ כּעס.
10
ניט לױט אונדזערע חטאים האָט ער אונדז געטאָן, און ניט לױט אונדזערע זינד האָט ער אונדז פֿאַרגאָלטן.
11
װאָרום װי דער הימל איז הױך איבער דער ערד, אַזױ איז שטאַרק זײַן חֶסד צו די װאָס פֿאָרכטן אים.
12
װי מזרח איז װײַט פֿון מערבֿ, אַזױ האָט ער דערװײַטערט פֿון אונדז אונדזערע פֿאַרברעכן.
13
װי אַ פֿאָטער דערבאַרימט זיך אױף זײַנע קינדער, אַזױ דערבאַרימט זיך גאָט אױף די װאָס פֿאָרכטן אים.
14
װאָרום ער װײס אונדזער באַשאַפֿונג, ער געדענקט אַז מיר זײַנען שטױב.
15
דער מענטש – אַזױ װי גראָז זײַנען זײַנע טעג, װי אַ שפּראָצונג פֿון פֿעלד, אַזױ שפּראָצט ער.
16
װאָרום אַ װינט גײט אַריבער אױף אים, און ער איז ניטאָ, און זײַן אָרט קען אים ניט מער.
17
אָבער דער חֶסד פֿון גאָט איז פֿון אײביק ביז אײביקאױף די װאָס פֿאָרכטן אים, און זײַן גערעכטיקײט צו קינדסקינדער;
18
צו די װאָס היטן זײַן בונד, און צו די װאָס געדענקען זײַנע באַפֿעלן זײ צו טאָן.
19
גאָט האָט אין הימל אױפֿגעשטעלט זײַן טראָן, און זײַן מלוכה געװעלטיקט איבער אַלץ.
20
לױבט גאָט, זײַנע מלאכים, איר שטאַרקע גיבורים װאָס טוט זײַן װאָרט, בײַם הערן דעם קָול פֿון זײַן װאָרט.
21
לױבט גאָט, אַלע זײַנע חילות, זײַנע משרתים װאָס טוט זײַן רָצון.
22
לױבט גאָט, אַלע זײַנע װערק, אין אַלע ערטער פֿון זײַן געװעלטיקײט; לױב גאָט, מײַן זעל.