אידיש
1
אַ תּפֿילה פֿאַר דעם געדריקטן װען ער פֿאַרגײט זיך, און ער גיסט אױס פֿאַר גאָט זײַן קלאָג.
2
גאָט, הער צו מײַן תּפֿילה, און מײַן געשרײ זאָל קומען צו דיר.
3
זאָלסט ניט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר, אין טאָג פֿון מײַן נױט נײַג דײַן אױער צו מיר, אין טאָג װאָס איך רוף, ענטפֿער מיר גיך.
4
װאָרום אַזױ װי רױך פֿאַרגײען מײַנע טעג, און מײַנע בײנער זײַנען װי אַן אױװן צעברענט.
5
צעקלאַפּט װי גראָז און פֿאַרטריקנט איז מײַן האַרץ, װאָרום איך פֿאַרגעס צו עסן מײַן ברױט.
6
פֿון װעגן די קולות פֿון מײַן קרעכצןאיז מײַן געבײן צוגעקלעפּט צו מײַן הױט.
7
איך בין געגליכן צו אַ פּעליקאַן פֿון מדבר, איך בין געװאָרן װי אַן אײַל פֿון די חורבֿות.
8
איך בין װאַך נאָכאַנאַנד און בין געװאָרןװי אַן עלנדער פֿױגל אױף אַ דאַך.
9
אַ גאַנצן טאָג לעסטערן מיך מײַנע פֿײַנט, די װאָס װילדעװען קעגן מיר, שילטן זיך מיט מיר.
10
װאָרום אַש האָב איך אַזױ װי ברױט געגעסן, און מײַנע טראַנקען האָב איך מיט געװײן געמישט.
11
פֿון װעגן דײַן כּעס און דײַן צאָרן; װאָרום האָסט מיך אױפֿגעהױבן און מיך אַװעקגעשלײַדערט.
12
מײַנע טעג זײַנען װי אַ שאָטן װאָס נײַגט זיך, און אַזױ װי גראָז טריקן איך אײַן.
13
אָבער דו גאָט טראָנסט אױף אײביק, און דײַן געדעכעניש איז אױף דָור-דורות.
14
דו װעסט אױפֿשטײן און זיך דערבאַרימען אױף צִיון, װאָרום עס איז צײַט זי צו לײַטזעליקן, װאָרום געקומען איז די שעה.
15
װאָרום דײַנע קנעכט גאַרן נאָך אירע שטײנער, און איר שטױב האָבן זײ ליב.
16
און די פֿעלקער װעלן פֿאָרכטן דעם נאָמען פֿון גאָט, און אַלע מלכים פֿון דער ערד דײַן פּראַכט,
17
װען גאָט האָט אױפֿגעבױט צִיון, זיך באַװיזן אין זײַן פּראַכט;
18
זיך געקערט צו דער תּפֿילה פֿון דעם עלנדן, און ניט פֿאַראַכט זײער תּפֿילה.
19
דאָס װעט פֿאַרשריבן װערן פֿאַרן שפּעטערדיקן דָור, און דאָס פֿאָלק װאָס װעט באַשאַפֿן װערן, װעט לױבן גאָט.
20
װאָרום ער האָט אַראָפּגעקוקט פֿון זײַן הײליקער הײך; גאָט האָט פֿון הימל געלוגט אױף דער ערד,
21
צו הערן דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם, פֿרײַ צו מאַכן די אָנגעברײטע צום טױט.
22
כּדי מע זאָל דערצײלן אין צִיון גאָטס נאָמען, און זײַן לױב אין ירושלים,
23
װען די פֿעלקער זאַמלען זיך אײַן אין אײנעם, און די קיניגרײַכן צו דינען גאָט.
24
ער האָט אָפּגעשלאַפֿט אין װעג מײַן כּוח, ער האָט געקירצט מײַנע טעג.
25
איך זאָג: מײַן גאָט, זאָלסט מיך ניט אַװעקנעמען אין העלפֿט פֿון מײַנע טעג, דו װאָס אױף דָור-דורות זײַנען דײַנע יאָרן.
26
לאַנג צוריק האָסטו די ערד געגרונטפֿעסט, און דאָס װערק פֿון דײַנע הענט זײַנען די הימלען.
27
זײ װעלן אונטערגײן, און דו װעסט באַשטײן, יאָ, זײ אַלע װעלן װי אַ בגד צעקריכן, װי אַ מלבוש װעסטו זײ בײַטן, און זײ װעלן פֿאַרגײן;
28
אָבער דו ביסט דער אײגענער, און דײַנע יאָרן װעלן זיך ניט ענדיקן.
29
די קינדער פֿון דײַנע קנעכט װעלן בלײַבן, און זײער זאָמען װעט שטײן פֿעסט פֿאַר דיר.