אידיש
1
די נבֿואה פֿון גאָטס װאָרט צו ישׂראל דורך מַלאָכין:
2
איך האָב אײַך ליב געהאַט, זאָגט גאָט. און איר זאָגט: מיט װאָס האָסטו אונדז ליב געהאַט? איז ניט עֵשָׂו יעקבֿס אַ ברודער? זאָגט גאָט, פֿון דעסטװעגן האָב איך יעקבֿן ליב געהאַט,
3
און עֵשָׂון האָב איך פֿײַנט געהאַט, און געמאַכט זײַנע בערג אַ װיסטעניש, און זײַן נחלה פֿאַר מדבר-שאַקאַלן.
4
אױב אֶדוֹם זאָגט: ״מיר זײַנען צעשטערט געװאָרן, אָבער מיר װעלן װידער אָפּבױען די חורבֿות״, האָט גאָט פֿון צבֿאוֹת אַזױ געזאָגט: זײ װעלן בױען, און איך װעל צעשטערן, און מע װעט זײ רופֿן דער געמאַרק פֿון שלעכטיקײט, און דאָס פֿאָלק װאָס גאָט האָט פֿאַרשאָלטן אױף אײביק.
5
און אײַערע אױגן װעלן זען, און איר װעט זאָגן: גאָט איז גרױס אַריבער דעם געמאַרק פֿון ישׂראל.
6
אַ זון גיט כּבֿוד אַ פֿאָטער, און אַ קנעכט זײַן האַר; איז אױב איך בין אַ פֿאָטער, אַװוּ איז מײַן כּבֿוד? און אױב איך בין אַ האַר, אַװוּ איז די מוֹרא פֿאַר מיר? זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת צו אײַך, כֹּהנים, װאָס זײַט מבֿזה מײַן נאָמען. און איר זאָגט: מיט װאָס זײַנען מיר מבֿזה דײַן נאָמען?
7
איר ברענגט אױף מײַן מזבח אומװערדיקע שפּײַז. און איר זאָגט: מיט װאָס האָבן מיר דיך פֿאַראומװערדיקט? מיט אײַער זאָגן: דער טיש פֿון גאָט איז נִמאס.
8
און אַז איר ברענגט אַ בלינדס צו שלאַכטן, איז קײן בײז ניט! און אַז איר ברענגט אַ הינקעדיקס און אַ קראַנקס, איז קײן בײז ניט! גענען עס אַקאָרשט צו דײַן פֿירשט, צי ער װעט דיך באַװיליקן, אָדער װעט דיך אױפֿנעמען? זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת.
9
און אַצוּנד בעט אַקאָרשט בײַ גאָט, ער זאָל אונדז לײַטזעליקן! דורך אײַער האַנט איז דאָס געשען; קען ער אױפֿנעמען דעם פּנים פֿון עמיצן פֿון אײַך? זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת.
10
װאָלט גאָר װער פֿון אײַך צושליסן די טירן, און איר זאָלט ניט אָנצינדן פֿײַער אױף מײַן מזבח אומזיסט! איך װיל אײַך ניט האָבן, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת, און װעל ניט באַװיליקן קײן קרבן פֿון אײַער האַנט.
11
װאָרום פֿון אױפֿגאַנג פֿון דער זון און ביז איר אונטערגאַנג איז מײַן נאָמען גרױס צװישן די פֿעלקער, און אין איטלעכן אָרט װערט װײַרױך געבראַכט צו מײַן נאָמען און שפּײַזאָפּפֿער רײנע; װײַל מײַן נאָמען איז גרױס צװישן די פֿעלקער, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת.
12
און איר פֿאַרשװעכט אים מיט אײַער זאָגן: דער טיש פֿון גאָט איז אומװערדיק, און זײַן פֿרוכט, זײַן שפּײַז, איז נִמאס.
13
און איר זאָגט: זע, װאָס פֿאַר אַ טירחא! און איר בלאָזט דערױף, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת; און איר ברענגט אַ געגזלטס, און אַ הינקעדיקס און אַ קראַנקס; און אַז איר ברענגט דעם קרבן, זאָל איך אים באַװיליקן פֿון אײַער האַנט? זאָגט גאָט.
14
און פֿאַרשאָלטן זאָל זײַן דער ליסטיקער, װאָס אין זײַן סטאַדע איז דאָ אַ זָכר, און ער איז מנַדר און שלאַכט אַ געפֿעלערטס צו גאָט; װאָרום אַ גרױסער קיניג בין איך, זאָגט גאָט פֿון צבֿאוֹת, און מײַן נאָמען איז פֿאָרכטיק צװישן די פֿעלקער.