Yiddish
Hebrew
אידיש
1 די נבֿואה פֿון גאָטס װאָרט: אין לאַנד חדרָך און דַמֶשֶׂק װעט זײַן זײַן לאַגערונג – װאָרום צו גאָט איז דאָס אױג פֿון מענטשן, װי פֿון אַלע שבֿטים פֿון ישׂראל – 2 און אױך אין חמָת װאָס גרענעצט זיך דערמיט, און אין צוֹר און צידוֹן װי זײער קלוג זי איז. 3 און צוֹר האָט זיך אַ פֿעסטונג געבױט, און אָנגעקליבן זילבער װי שטױב, און גינגאָלד װי קױט פֿון די גאַסן. 4 זע, גאָט װעט זי פֿאַראָרימען, און ער װעט שלײַדערן אין אים איר מאַכט, און זי װעט אין פֿײַער פֿאַרצערט װערן. 5 אַשקלוֹן װעט זען און װעט מוֹרא האָבן, און עַזָה – און זי װעט ציטערן זײער, און עֶקרוֹן – װײַל צו שאַנד געװאָרן איז איר אױסקוק; און אונטערגײן װעט אַ מלך פֿון עַזָה, און אַשקלוֹן װעט זײַן ניט באַװוינט. 6 און אַ ממזר-פֿאָלק װעט זיצן אין אַשדוֹד, און איך װעל פֿאַרשנײַדן דעם שטאָלץ פֿון די פּלִשתּים. 7 און איך װעל אָפּטאָן זײַן בלוט פֿון זײַן מױל, און זײַנע אומװערדיקײטן פֿון צװישן זײַנע צײן, און ער אױך װעט בלײַבן בײַ אונדזער גאָט; און ער װעט זײַן װי אַ פֿירשט אין יהודה, און עֶקרוֹן װעט זײַן װי דער יבֿוסי. 8 און איך װעל לאַגערן אַרום מײַן הױז אַקעגן חיל, אַקעגן גײער און אַקעגן קומער, און מער װעט ניט דורכגײן דורך זײ קײן דריקער; װאָרום אַצונד האָב איך געזען מיט מײַנע אױגן. 9 פֿרײ זיך זײער, טאָכטער צִיוֹן, שאַל, טאָכטער ירושָלַיִם, זע, דײַן מלך װעט קומען צו דיר, אַ גערעכטער און אַ זיגער איז ער; אַן עָנָו, און רײַט אױף אַן אײזל, אױף אַ יונגן זון פֿון אַן אײַזעלין. 10 און איך װעל פֿאַרשנײַדן אַ רײַטװאָגן פֿון אפֿרים, און אַ פֿערד פֿון ירושָלַיִם, און פֿאַרשניטן װעט װערן דער בױגן פֿון מלחמה; און ער װעט רעדן שלום צו די פֿעלקער, און זײַן געװעלטיקונג װעט זײַן פֿון ים ביז ים, און פֿון טײַך ביז די עקן פֿון דער ערד. 11 יאָ דו – פֿאַר דעם בלוט פֿון דײַן בונד, לאָז איך אַרױס דײַנע געפֿאַנגענע פֿון דער גרוב אָן װאַסער דרינען. 12 קערט אײַך אום צו באַפֿעסטיקײט, איר געפֿאַנגענע פֿון האָפֿענונג; נאָך הײַנט זאָג איך אָן: טאָפּל װעל איך דיר אומקערן. 13 װאָרום איך שפּאַן מיר אָן יהודה, װי אַ בױגן צי איך אָן אפֿרים, און איך װעל דערװעקן דײַנע קינדער, צִיוֹן, אױף דײַנע קינדער, יָוָן, און איך װעל דיך מאַכן װי די שװערד פֿון אַ גיבור. 14 און גאָט װעט זיך באַװײַזן איבער זײ, און אַרױסגײן װי אַ בליץ װעט זײַן פֿײַל; און גאָט דער האַר װעט בלאָזן אין שוֹפֿר, און װעט קומען מיט שטורעמס פֿון דָרום. 15 גאָט פֿון צבָֿאוֹת װעט זײ באַשירעמען, און זײ װעלן פֿאַרצערן, און צעטרעטן די שלײַדער-שטײנער, און זײ װעלן טרינקען און טומלען װי פֿון װײַן, און זײ װעלן פֿול זײַן װי די בעקנס, װי די װינקלען פֿון מזבח. 16 און יהוה זײער גאָט װעט זײ העלפֿן אין יענעם טאָג, װי שאָף – זײַן פֿאָלק; װאָרום װי קרױנשטײנער גלאַנציקע װעלן זײ זײַן אױף זײַן ערד. 17 פֿאַר װאָר, װאָס פֿאַר אַ װוילקײט װעט זײַן זײערס! און װאָס פֿאַר אַ שײנקײט װעט זײַן זײערס! װי קאָרן די בחורים, װי װײַן װאָס טוט ייִרן די יונגפֿרױען.
עברית
1 מַשָּׂ֤א דְבַר־יְהוָה֙ בְּאֶ֣רֶץ חַדְרָ֔ךְ וְדַמֶּ֖שֶׂק מְנֻחָת֑וֹ כִּ֤י לַֽיהוָה֙ עֵ֣ין אָדָ֔ם וְכֹ֖ל שִׁבְטֵ֥י יִשְׂרָאֵֽל׃ 2 וְגַם־חֲמָ֖ת תִּגְבָּל־בָּ֑הּ צֹ֣ר וְצִיד֔וֹן כִּ֥י חָֽכְמָ֖ה מְאֹֽד׃ 3 וַתִּ֥בֶן צֹ֛ר מָצ֖וֹר לָ֑הּ וַתִּצְבָּר־כֶּ֙סֶף֙ כֶּֽעָפָ֔ר וְחָר֖וּץ כְּטִ֥יט חוּצֽוֹת׃ 4 הִנֵּ֤ה אֲדֹנָי֙ יֽוֹרִשֶׁ֔נָּה וְהִכָּ֥ה בַיָּ֖ם חֵילָ֑הּ וְהִ֖יא בָּאֵ֥שׁ תֵּאָכֵֽל׃ 5 תֵּרֶ֨א אַשְׁקְל֜וֹן וְתִירָ֗א וְעַזָּה֙ וְתָחִ֣יל מְאֹ֔ד וְעֶקְר֖וֹן כִּֽי־הֹבִ֣ישׁ מֶבָּטָ֑הּ וְאָ֤בַד מֶ֙לֶךְ֙ מֵֽעַזָּ֔ה וְאַשְׁקְל֖וֹן לֹ֥א תֵשֵֽׁב׃ 6 וְיָשַׁ֥ב מַמְזֵ֖ר בְּאַשְׁדּ֑וֹד וְהִכְרַתִּ֖י גְּא֥וֹן פְּלִשְׁתִּֽים׃ 7 וַהֲסִרֹתִ֨י דָמָ֜יו מִפִּ֗יו וְשִׁקֻּצָיו֙ מִבֵּ֣ין שִׁנָּ֔יו וְנִשְׁאַ֥ר גַּם־ה֖וּא לֵֽאלֹהֵ֑ינוּ וְהָיָה֙ כְּאַלֻּ֣ף בִּֽיהוּדָ֔ה וְעֶקְר֖וֹן כִּיבוּסִֽי׃ 8 וְחָנִ֨יתִי לְבֵיתִ֤י מִצָּבָה֙ מֵעֹבֵ֣ר וּמִשָּׁ֔ב וְלֹֽא־יַעֲבֹ֧ר עֲלֵיהֶ֛ם ע֖וֹד נֹגֵ֑שׂ כִּ֥י עַתָּ֖ה רָאִ֥יתִי בְעֵינָֽי׃   ס 9 גִּילִ֨י מְאֹ֜ד בַּת־צִיּ֗וֹן הָרִ֙יעִי֙ בַּ֣ת יְרוּשָׁלִַ֔ם הִנֵּ֤ה מַלְכֵּךְ֙ יָ֣בוֹא לָ֔ךְ צַדִּ֥יק וְנוֹשָׁ֖ע ה֑וּא עָנִי֙ וְרֹכֵ֣ב עַל־חֲמ֔וֹר וְעַל־עַ֖יִר בֶּן־אֲתֹנֽוֹת׃ 10 וְהִכְרַתִּי־רֶ֣כֶב מֵאֶפְרַ֗יִם וְסוּס֙ מִיר֣וּשָׁלִַ֔ם וְנִכְרְתָה֙ קֶ֣שֶׁת מִלְחָמָ֔ה וְדִבֶּ֥ר שָׁל֖וֹם לַגּוֹיִ֑ם וּמָשְׁלוֹ֙ מִיָּ֣ם עַד־יָ֔ם וּמִנָּהָ֖ר עַד־אַפְסֵי־אָֽרֶץ׃ 11 גַּם־אַ֣תְּ בְּדַם־בְּרִיתֵ֗ךְ שִׁלַּ֤חְתִּי אֲסִירַ֙יִךְ֙ מִבּ֔וֹר אֵ֥ין מַ֖יִם בּֽוֹ׃ 12 שׁ֚וּבוּ לְבִצָּר֔וֹן אֲסִירֵ֖י הַתִּקְוָ֑ה גַּם־הַיּ֕וֹם מַגִּ֥יד מִשְׁנֶ֖ה אָשִׁ֥יב לָֽךְ׃ 13 כִּֽי־דָרַ֨כְתִּי לִ֜י יְהוּדָ֗ה קֶ֚שֶׁת מִלֵּ֣אתִי אֶפְרַ֔יִם וְעוֹרַרְתִּ֤י בָנַ֙יִךְ֙ צִיּ֔וֹן עַל־בָּנַ֖יִךְ יָוָ֑ן וְשַׂמְתִּ֖יךְ כְּחֶ֥רֶב גִּבּֽוֹר׃ 14 וַֽיהוָה֙ עֲלֵיהֶ֣ם יֵֽרָאֶ֔ה וְיָצָ֥א כַבָּרָ֖ק חִצּ֑וֹ וַֽאדֹנָ֤י יְהֹוִה֙ בַּשּׁוֹפָ֣ר יִתְקָ֔ע וְהָלַ֖ךְ בְּסַעֲר֥וֹת תֵּימָֽן׃ 15 יְהוָ֣ה צְבָאוֹת֮ יָגֵ֣ן עֲלֵיהֶם֒ וְאָכְל֗וּ וְכָֽבְשׁוּ֙ אַבְנֵי־קֶ֔לַע וְשָׁת֥וּ הָמ֖וּ כְּמוֹ־יָ֑יִן וּמָֽלְאוּ֙ כַּמִּזְרָ֔ק כְּזָוִיּ֖וֹת מִזְבֵּֽחַ׃ 16 וְֽהוֹשִׁיעָ֞ם יְהוָ֧ה אֱלֹהֵיהֶ֛ם בַּיּ֥וֹם הַה֖וּא כְּצֹ֣אן עַמּ֑וֹ כִּ֚י אַבְנֵי־נֵ֔זֶר מִֽתְנוֹסְס֖וֹת עַל־אַדְמָתֽוֹ׃ 17 כִּ֥י מַה־טּוּב֖וֹ וּמַה־יָפְי֑וֹ דָּגָן֙ בַּֽחוּרִ֔ים וְתִיר֖וֹשׁ יְנוֹבֵ֥ב בְּתֻלֽוֹת׃