אידיש
1
און עס איז געװען אין פֿירטן יאָר פֿון מלך דָריָוֶש, איז דאָס װאָרט פֿון גאָט געװען צו זכַריָהן אין פֿירטן טאָג פֿון נײַנטן חוֹדש, אין כִּסלֵו,
2
װען בית-אֵל, שַׂראֶצֶר, און רֶגֶם-מֶלֶך און זײַנע מענטשן, האָבן געשיקט צו בעטן פֿאַר גאָט,
3
און צו זאָגן צו די כֹּהנים װאָס אין הױז פֿון גאָט פֿון צבָֿאוֹת, און צו די נבֿיאים, אַזױ צו זאָגן: זאָל איך װײנען אין דעם פֿינפֿטן חוֹדש אָפּגעזונדערטערהײט, אַזױ װי איך האָב געטאָן שױן פֿון כַּמֶה יאָרן?
4
איז דאָס װאָרט פֿון גאָט פֿון צבָֿאוֹת געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן:
5
זאָג צו דעם גאַנצן פֿאָלק פֿון לאַנד, און צו די כֹּהנים, אַזױ צו זאָגן: אַז איר האָט געפֿאַסט און געקלאָגט אין פֿינפֿטן און אין זיבעטן חוֹדש שױן זיבעציק יאָר, האָט איר פֿאַסטן דען מיר געפֿאַסט?
6
און אַז איר עסט, און אַז איר טרינקט, זײַט איר ניט די װאָס עסט, און איר די װאָס טרינקט?
7
דאָס זײַנען דאָך די װערטער װאָס גאָט האָט גערופֿן דורך די פֿריערדיקע נבֿיאים, װען ירושָלַיִם איז געװען באַזעצט און בשַלװה, מיט אירע שטעט רונד אַרום איר, און דער דָרום און די נידערונג זײַנען געװען באַזעצט.
8
און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו זכַריָהן, אַזױ צו זאָגן:
9
אַזױ האָט געהאַט געזאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן: משפּט אַן אמתן משפּט, און טוט חסד און דערבאַרימונג אײנער מיטן אַנדערן,
10
און אַן אַלמנה און אַ יתום, אַ פֿרעמדן און אַן אָרימאַן, זאָלט איר ניט דריקן, און אײנער דעם אַנדערנס רעה זאָלט איר ניט טראַכטן אין אײַער האַרצן.
11
אָבער זײ האָבן ניט געװאָלט האָרכן, און זײ האָבן געקערט אַ װידערשפּעניקן רוקן, און זײערע אױערן האָבן זײ פֿאַרשטאָפּט ניט צו הערן.
12
און זײער האַרץ האָבן זײ געמאַכט אַזױ װי דימענטשטײן, ניט צו הערן די תּוֹרה און די װערטער װאָס גאָט פֿון צבָֿאוֹת האָט געשיקט מיט זײַן גײַסט דורך די פֿריערדיקע נבֿיאים; דרום איז געװאָרן אַ גרױסער צאָרן פֿון גאָט פֿון צבָֿאוֹת.
13
און עס איז געװען: אַזױ װי ער האָט גערופֿן, און זײ האָבן ניט צוגעהערט, אַזױ װעלן זײ רופֿן, און איך װעל ניט צוהערן, האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת.
14
און איך װעל זײ צעשטורעמען איבער אַלע פֿעלקער װאָס זײ האָבן זײ ניט געקענט. אַזױ איז דאָס לאַנד װיסט געװאָרן נאָך זײ, אָן אַ גײער און אָן אַ קומער; און זײ האָבן געמאַכט דאָס גלוסטיקע לאַנד אַ װיסטעניש.