Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און איך האָב װידער אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט פֿיר רײַטװעגן גײען אַרױס פֿון צװישן צװײ בערג, און די בערג זײַנען קופּערנע בערג. 2 אין ערשטן רײַטװאָגן רױטע פֿערד, און אין צװײטן רײַטװאָגן שװאַרצע פֿערד, 3 און אין דריטן רײַטװאָגן װײַסע פֿערד, און אין פֿירטן רײַטװאָגן געשפּרענקלטע ברױנע פֿערד. 4 האָב איך זיך אָפּגערופֿן און האָב געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: װאָס זײַנען די דאָזיקע, מײַן האַר? 5 האָט דער מלאך געענטפֿערט און האָט געזאָגט צו מיר: די דאָזיקע גײען אַרױס צו די פֿיר װינטן פֿון הימל, נאָך דעם װי זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר דעם האַר פֿון דער גאַנצער ערד. 6 דער װאָס אין אים זײַנען די שװאַרצע פֿערד גײט אַרױס צום לאַנד פֿון צפֿון, און די װײַסע זײַנען אַרױסגעגאַנגען נאָך זײ, און די געשפּרענקלטע זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום לאַנד פֿון דָרום. 7 אױך די ברױנע זײַנען אַרױסגעגאַנגען, און זײ האָבן געװאָלט גײן אומװאַנדערן איבער דער ערד; האָט ער געזאָגט: גײט װאַנדערט אום איבער דער ערד. און זײ האָבן אומגעװאַנדערט איבער דער ערד. 8 און ער האָט צוגעשריען צו מיר, און האָט גערעדט צו מיר, אַזױ צו זאָגן: זע, די װאָס זײַנען אַרױסגעגאַנגען צום לאַנד פֿון צפֿון, האָבן באַרוט מײַן געמיט אין לאַנד פֿון צפֿון. 9 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 10 נעם פֿון די גלות-לײַט, פֿון כֶלדַין, פֿון טובֿיָהן, און פֿון ידַעְיָהן, װאָס זײַנען געקומען פֿון בבֿל, און זאָלסט גײן אין דעם אײגענעם טאָג, און קומען אין הױז פֿון יֹאשִיָה דעם זון פֿון צפַֿניָהן – 11 זאָלסט נעמען זילבער און גאָלד, און מאַכן קרױנען, און אָנטאָן אױפֿן קאָפּ פֿון יהוֹשועַ דעם זון פֿון יהוֹצָדָקן, דעם כֹּהן-גָדול. 12 און זאָלסט זאָגן צו אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת, אַזױ צו זאָגן: אָט איז אַ מאַן װאָס זײַן נאָמען איז ״שפּראָץ״, און װאָס װעט אַרױסשפּראָצן פֿון זײַן אָרט, און װעט בױען דעם טעמפּל פֿון גאָט. 13 יאָ, ער װעט בױען דעם טעמפּל פֿון גאָט, און ער װעט טראָגן דעם גלאַנץ, און װעט זיצן און געװעלטיקן אױף זײַן טראָן, און אַ כֹּהן װעט זײַן בײַ זײַן טראָן; און אַ פֿרידלעכע באַראָטונג װעט זײַן צװישן זײ בײדן. 14 און די קרױנען זאָלן זײַן חֵלֶמען, און טובֿיָהן, און ידַעְיָהן, און חֵן דעם זון פֿון צפַֿניָהן, פֿאַר אַ געדעכעניש אין דעם טעמפּל פֿון גאָט. 15 און װײַטע װעלן קומען, און װעלן בױען אין דעם טעמפּל פֿון גאָט; און איר װעט װיסן אַז גאָט פֿון צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט צו אײַך. און עס װעט זײַן, אױב הערן װעט איר צוהערן צו דעם קָול פֿון יהוה אײַער גאָט.
עברית
1 וָאָשֻׁ֗ב וָאֶשָּׂ֤א עֵינַי֙ וָֽאֶרְאֶ֔ה וְהִנֵּ֨ה אַרְבַּ֤ע מַרְכָּבוֹת֙ יֹֽצְא֔וֹת מִבֵּ֖ין שְׁנֵ֣י הֶֽהָרִ֑ים וְהֶהָרִ֖ים הָרֵ֥י נְחֹֽשֶׁת׃ 2 בַּמֶּרְכָּבָ֥ה הָרִֽאשֹׁנָ֖ה סוּסִ֣ים אֲדֻמִּ֑ים וּבַמֶּרְכָּבָ֥ה הַשֵּׁנִ֖ית סוּסִ֥ים שְׁחֹרִֽים׃ 3 וּבַמֶּרְכָּבָ֥ה הַשְּׁלִשִׁ֖ית סוּסִ֣ים לְבָנִ֑ים וּבַמֶּרְכָּבָה֙ הָרְבִעִ֔ית סוּסִ֥ים בְּרֻדִּ֖ים אֲמֻצִּֽים׃ 4 וָאַ֙עַן֙ וָֽאֹמַ֔ר אֶל־הַמַּלְאָ֖ךְ הַדֹּבֵ֣ר בִּ֑י מָה־אֵ֖לֶּה אֲדֹנִֽי׃ 5 וַיַּ֥עַן הַמַּלְאָ֖ךְ וַיֹּ֣אמֶר אֵלָ֑י אֵ֗לֶּה אַרְבַּע֙ רֻח֣וֹת הַשָּׁמַ֔יִם יוֹצְא֕וֹת מֵֽהִתְיַצֵּ֖ב עַל־אֲד֥וֹן כָּל־הָאָֽרֶץ׃ 6 אֲשֶׁר־בָּ֞הּ הַסּוּסִ֣ים הַשְּׁחֹרִ֗ים יֹֽצְאִים֙ אֶל־אֶ֣רֶץ צָפ֔וֹן וְהַלְּבָנִ֔ים יָצְא֖וּ אֶל־אֽ͏ַחֲרֵיהֶ֑ם וְהַ֨בְּרֻדִּ֔ים יָצְא֖וּ אֶל־אֶ֥רֶץ הַתֵּימָֽן׃ 7 וְהָאֲמֻצִּ֣ים יָצְא֗וּ וַיְבַקְשׁוּ֙ לָלֶ֙כֶת֙ לְהִתְהַלֵּ֣ך בָּאָ֔רֶץ וַיֹּ֕אמֶר לְכ֖וּ הִתְהַלְּכ֣וּ בָאָ֑רֶץ וַתִּתְהַלַּ֖כְנָה בָּאָֽרֶץ׃ 8 וַיַּזְעֵ֣ק אֹתִ֔י וַיְדַבֵּ֥ר אֵלַ֖י לֵאמֹ֑ר רְאֵ֗ה הַיּֽוֹצְאִים֙ אֶל־אֶ֣רֶץ צָפ֔וֹן הֵנִ֥יחוּ אֶת־רוּחִ֖י בְּאֶ֥רֶץ צָפֽוֹן׃   ס 9 וַיְהִ֥י דְבַר־יְהוָ֖ה אֵלַ֥י לֵאמֹֽר׃ 10 לָק֙וֹחַ֙ מֵאֵ֣ת הַגּוֹלָ֔ה מֵחֶלְדַּ֕י וּמֵאֵ֥ת טוֹבִיָּ֖ה וּמֵאֵ֣ת יְדַֽעְיָ֑ה וּבָאתָ֤ אַתָּה֙ בַּיּ֣וֹם הַה֔וּא וּבָ֗אתָ בֵּ֚ית יֹאשִׁיָּ֣ה בֶן־צְפַנְיָ֔ה אֲשֶׁר־בָּ֖אוּ מִבָּבֶֽל׃ 11 וְלָקַחְתָּ֥ כֶֽסֶף־וְזָהָ֖ב וְעָשִׂ֣יתָ עֲטָר֑וֹת וְשַׂמְתָּ֗ בְּרֹ֛אשׁ יְהוֹשֻׁ֥עַ בֶּן־יְהוֹצָדָ֖ק הַכֹּהֵ֥ן הַגָּדֽוֹל׃ 12 וְאָמַרְתָּ֤ אֵלָיו֙ לֵאמֹ֔ר כֹּ֥ה אָמַ֛ר יְהוָ֥ה צְבָא֖וֹת לֵאמֹ֑ר הִנֵּה־אִ֞ישׁ צֶ֤מַח שְׁמוֹ֙ וּמִתַּחְתָּ֣יו יִצְמָ֔ח וּבָנָ֖ה אֶת־הֵיכַ֥ל יְהוָֽהּ׃ 13 וְ֠הוּא יִבְנֶ֞ה אֶת־הֵיכַ֤ל יְהוָה֙ וְהֽוּא־יִשָּׂ֣א ה֔וֹד וְיָשַׁ֥ב וּמָשַׁ֖ל עַל־כִּסְא֑וֹ וְהָיָ֤ה כֹהֵן֙ עַל־כִּסְא֔וֹ וַעֲצַ֣ת שָׁל֔וֹם תִּהְיֶ֖ה בֵּ֥ין שְׁנֵיהֶֽם׃ 14 וְהָעֲטָרֹ֗ת תִּֽהְיֶה֙ לְחֵ֙לֶם֙ וּלְטוֹבִיָּ֣ה וְלִידַֽעְיָ֔ה וּלְחֵ֖ן בֶּן־צְפַנְיָ֑ה לְזִכָּר֖וֹן בְּהֵיכַ֥ל יְהוָֽה׃ 15 וּרְחוֹקִ֣ים יָבֹ֗אוּ וּבָנוּ֙ בְּהֵיכַ֣ל יְהוָ֔ה וִידַעְתֶּ֕ם כִּֽי־יְהוָ֥ה צְבָא֖וֹת שְׁלָחַ֣נִי אֲלֵיכֶ֑ם וְהָיָה֙ אִם־שָׁמ֣וֹעַ תִּשְׁמְע֔וּן בְּק֖וֹל יְהוָ֥ה אֱלֹהֵיכֶֽם׃   ס