Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און איך האָב װידער אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט אַ פֿליעדיקע מגילה. 2 האָט ער צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו? האָב איך געזאָגט: איך זע אַ פֿליעדיקע מגילה; איר לענג צװאַנציק אײַלן, און איר ברײט צען אײַלן. 3 האָט ער צו מיר געזאָגט: דאָס איז די קללה װאָס גײט אַרױס איבער דעם געזיכט פֿון דער גאַנצער ערד; װאָרום איטלעכער װאָס גנבֿעט, װערט פֿון דאַנען אַװעקגעראַמט לױט איר, און איטלעכער װאָס שװערט פֿאַלש, װערט פֿון דאַנען אַװעקגעראַמט לױט איר. 4 איך האָב זי אַרױסגעלאָזט, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת, און זי װעט קומען אין הױז פֿון דעם גנבֿ, און אין הױז פֿון דעם װאָס שװערט בײַ מײַן נאָמען צום פֿאַלשן, און זי װעט בלײַבן אין זײַן הױז, און זי װעט עס פֿאַרלענדן מיט זײַנע האָלצן און מיט זײַנע שטײנער. 5 און דער מלאך װאָס האָט גערעדט מיט מיר, איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט צו מיר געזאָגט: הײב אַקאָרשט אױף דײַנע אױגן, און זע װאָס איז דאָס דאָזיקע װאָס גײט אַרױס? 6 האָב איך געזאָגט: װאָס איז דאָס? האָט ער געזאָגט: דאָס איז די אֵיפָֿה װאָס גײט אַרױס. און ער האָט געזאָגט: דאָס איז זײער אָנבליק אין גאַנצן לאַנד – 7 ערשט אַ רונד שטיק בלײַ האָט זיך אױפֿגעהױבן – און דאָס איז אַ פֿרױ װאָס זיצט אין דער אֵיפָֿה. 8 און ער האָט געזאָגט: דאָס איז די שלעכטיקײט. און ער האָט זי אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער אֵיפָֿה, און האָט אַרױפֿגעװאָרפֿן דאָס שטיק בלײַ אױף איר עפֿענונג. 9 און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט צװײ װײַבער גײען אַרױס, און אַ װינט איז אין זײערע פֿליגלען, און די פֿליגלען בײַ זײ זײַנען װי די פֿליגלען פֿון אַ שטאָרך; און זײ האָבן געטראָגן די אֵיפָֿה צװישן ערד און הימל. 10 האָב איך געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט גערעדט מיט מיר: װוּהין טראָגן זײ די אֵיפָֿה? 11 האָט ער געזאָגט צו מיר: איר צו בױען אַ הױז אין לאַנד שִנעָר; און אַז עס װעט צוגעברײט װערן, װעט זי דאָרטן אַנידערגעשטעלט װערן אױף איר אָרט.
עברית
1 וָאָשׁ֕וּב וָאֶשָּׂ֥א עֵינַ֖י וָֽאֶרְאֶ֑ה וְהִנֵּ֖ה מְגִלָּ֥ה עָפָֽה׃ 2 וַיֹּ֣אמֶר אֵלַ֔י מָ֥ה אַתָּ֖ה רֹאֶ֑ה וָאֹמַ֗ר אֲנִ֤י רֹאֶה֙ מְגִלָּ֣ה עָפָ֔ה אָרְכָּהּ֙ עֶשְׂרִ֣ים בָּֽאַמָּ֔ה וְרָחְבָּ֖הּ עֶ֥שֶׂר בָּאַמָּֽה׃ 3 וַיֹּ֣אמֶר אֵלַ֔י זֹ֚את הָֽאָלָ֔ה הַיּוֹצֵ֖את עַל־פְּנֵ֣י כָל־הָאָ֑רֶץ כִּ֣י כָל־הַגֹּנֵ֗ב מִזֶּה֙ כָּמ֣וֹהָ נִקָּ֔ה וְכָל־הַנִּ֨שְׁבָּ֔ע מִזֶּ֖ה כָּמ֥וֹהָ נִקָּֽה׃ 4 הוֹצֵאתִ֗יהָ נְאֻם֙ יְהוָ֣ה צְבָא֔וֹת וּבָ֙אָה֙ אֶל־בֵּ֣ית הַגַּנָּ֔ב וְאֶל־בֵּ֛ית הַנִּשְׁבָּ֥ע בִּשְׁמִ֖י לַשָּׁ֑קֶר וְלָ֙נֶה֙ בְּת֣וֹךְ בֵּית֔וֹ וְכִלַּ֖תּוּ וְאֶת־עֵצָ֥יו וְאֶת־אֲבָנָֽיו׃ 5 וַיֵּצֵ֕א הַמַּלְאָ֖ךְ הַדֹּבֵ֣ר בִּ֑י וַיֹּ֣אמֶר אֵלַ֔י שָׂ֣א נָ֤א עֵינֶ֙יךָ֙ וּרְאֵ֔ה מָ֖ה הַיּוֹצֵ֥את הַזֹּֽאת׃ 6 וָאֹמַ֖ר מַה־הִ֑יא וַיֹּ֗אמֶר זֹ֤את הָֽאֵיפָה֙ הַיּוֹצֵ֔את וַיֹּ֕אמֶר זֹ֥את עֵינָ֖ם בְּכָל־הָאָֽרֶץ׃ 7 וְהִנֵּ֛ה כִּכַּ֥ר עֹפֶ֖רֶת נִשֵּׂ֑את וְזֹאת֙ אִשָּׁ֣ה אַחַ֔ת יוֹשֶׁ֖בֶת בְּת֥וֹךְ הָאֵיפָֽה׃ 8 וַיֹּ֙אמֶר֙ זֹ֣את הָרִשְׁעָ֔ה וַיַּשְׁלֵ֥ךְ אֹתָ֖הּ אֶל־תּ֣וֹךְ הָֽאֵיפָ֑ה וַיַּשְׁלֵ֛ךְ אֶת־אֶ֥בֶן הָעֹפֶ֖רֶת אֶל־פִּֽיהָ׃   ס 9 וָאֶשָּׂ֨א עֵינַ֜י וָאֵ֗רֶא וְהִנֵּה֩ שְׁתַּ֨יִם נָשִׁ֤ים יֽוֹצְאוֹת֙ וְר֣וּחַ בְּכַנְפֵיהֶ֔ם וְלָהֵ֥נָּה כְנָפַ֖יִם כְּכַנְפֵ֣י הַחֲסִידָ֑ה וַתִּשֶּׂ֙אנָה֙ אֶת־הָ֣אֵיפָ֔ה בֵּ֥ין הָאָ֖רֶץ וּבֵ֥ין הַשָּׁמָֽיִם׃ 10 וָאֹמַ֕ר אֶל־הַמַּלְאָ֖ךְ הַדֹּבֵ֣ר בִּ֑י אָ֛נָה הֵ֥מָּה מֽוֹלִכ֖וֹת אֶת־הָאֵיפָֽה׃ 11 וַיֹּ֣אמֶר אֵלַ֔י לִבְנֽוֹת־לָ֥הֿ בַ֖יִת בְּאֶ֣רֶץ שִׁנְעָ֑ר וְהוּכַ֛ן וְהֻנִּ֥יחָה שָּׁ֖ם עַל־מְכֻנָתָֽהּ׃   ס