Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט פֿיר הערנער. 2 האָב איך געזאָגט צו דעם מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט: װאָס זײַנען די דאָזיקע? האָט ער צו מיר געזאָגט: דאָס זײַנען די הערנער װאָס האָבן צעשפּרײט יהודה, ישׂראל, און ירושָלַיִם. 3 און גאָט האָט מיר געװיזן פֿיר מײַנסטערס. 4 האָב איך געזאָגט: װאָס קומען די דאָזיקע טאָן? האָט ער געזאָגט אַזױ צו זאָגן: יענע זײַנען די הערנער װאָס האָבן צעשפּרײט יהודה, אַזױ אַז קײַנער האָט ניט געקענט אױפֿהײבן אַ קאָפּ, און די דאָזיקע זײַנען געקומען אױף זײ אַ שרעק אָנצוּװאַרפֿן, אָפּצוהאַקן די הערנער פֿון די פֿעלקער װאָס האָבן אױפֿגעהױבן דעם האָרן קעגן לאַנד יהודה, כּדי עס צו צעשפּרײטן. 5 און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַנע אױגן און האָב געזען, ערשט אַ מאַן, און אין זײַן האַנט אַ מעסטשנור. 6 האָב איך געזאָגט: װוּהין גײסטו? האָט ער צו מיר געזאָגט: צו מעסטן ירושָלַיִם, כּדי צו זען װיפֿיל איז איר ברײט, און װיפֿיל איר לענג. 7 ערשט דער מלאך װאָס האָט מיט מיר גערעדט איז אַרױסגעגאַנגען, און אַן אַנדער מלאך איז אַרױסגעגאַנגען אים אַנטקעגן. 8 און ער האָט געזאָגט: לױף זאָג צו יענעם יונגמאַן אַזױ צו זאָגן: אָפֿן װעט ירושָלַיִם זײַן באַזעצט, פֿון פֿיל מענטשן און בהמות אין איר. 9 און איך װעל איר זײַן, זאָגט גאָט, אַ מױער פֿון פֿײַער רונד אַרום, און פֿאַר אַ כּבֿוד װעל איך זײַן אין איר מיט.
10 העי, העי! און אַנטלױפֿט פֿון דעם לאַנד פֿון צפֿון, זאָגט גאָט, װאָרום אַזױ װי די פֿיר װינטן פֿון הימל האָב איך אײַך צעשפּרײט, זאָגט גאָט. 11 העי צִיוֹן, אַנטרין, דו װאָס װוינסט בײַ טאָכטער בבֿל. 12 װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת, װאָס האָט מיך געשיקט פֿון אײַער כּבֿוד װעגן צו די פֿעלקער װאָס באַרױבן אײַך: פֿאַר װאָר, דער װאָס רירט אײַך אָן רירט אָן דעם שװאַרצאַפּל פֿון זײַן אױג. 13 װאָרום זע, איך פֿאָך מײַן האַנט אױף זײ, און זײ װעלן װערן אַ רױב צו די װאָס האָבן זײ געדינט, און איר װעט װיסן אַז גאָט פֿון צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט. 14 זינג און פֿרײ זיך, טאָכטער צִיוֹן, װאָרום זע, איך קום, און װעל רוען צװישן דיר, זאָגט גאָט. 15 און פֿיל פֿעלקער װעלן זיך באַהעפֿטן אָן גאָט אין יענעם טאָג, און זײ װעלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך װעל רוען אין דײַן מיט; און װעסט װיסן אַז גאָט פֿון צבָֿאוֹת האָט מיך געשיקט צו דיר. 16 און גאָט װעט אַרבן יהודה פֿאַר זײַן חלק, אױף דער הײליקער ערד, און װעט װידער אױסדערװײלן ירושָלַיִם. 17 שטיל יעטװעדער לײַב פֿאַר גאָט װאָרום ער װעקט זיך פֿון זײַן הײליקער װוינונג.
עברית
1 וָאֶשָּׂ֥א אֶת־עֵינַ֖י וָאֵ֑רֶא וְהִנֵּ֖ה אַרְבַּ֥ע קְרָנֽוֹת׃ 2 וָאֹמַ֗ר אֶל־הַמַּלְאָ֛ךְ הַדֹּבֵ֥ר בִּ֖י מָה־אֵ֑לֶּה וַיֹּ֣אמֶר אֵלַ֔י אֵ֤לֶּה הַקְּרָנוֹת֙ אֲשֶׁ֣ר זֵר֣וּ אֶת־יְהוּדָ֔ה אֶת־יִשְׂרָאֵ֖ל וִירוּשָׁלָֽם׃   ס 3 וַיַּרְאֵ֣נִי יְהוָ֔ה אַרְבָּעָ֖ה חָרָשִֽׁים׃ 4 וָאֹמַ֕ר מָ֛ה אֵ֥לֶּה בָאִ֖ים לַֽעֲשׂ֑וֹת וַיֹּ֣אמֶר לֵאמֹ֗ר אֵ֣לֶּה הַקְּרָנ֞וֹת אֲשֶׁר־זֵ֣רוּ אֶת־יְהוּדָ֗ה כְּפִי־אִישׁ֙ לֹא־נָשָׂ֣א רֹאשׁ֔וֹ וַיָּבֹ֤אוּ אֵ֙לֶּה֙ לְהַחֲרִ֣יד אֹתָ֔ם לְיַדּ֞וֹת אֶת־קַרְנ֣וֹת הַגּוֹיִ֗ם הַנֹּשְׂאִ֥ים קֶ֛רֶן אֶל־אֶ֥רֶץ יְהוּדָ֖ה לְזָרוֹתָֽהּ׃   ס 5 וָאֶשָּׂ֥א עֵינַ֛י וָאֵ֖רֶא וְהִנֵּה־אִ֑ישׁ וּבְיָד֖וֹ חֶ֥בֶל מִדָּֽה׃ 6 וָאֹמַ֕ר אָ֖נָה אַתָּ֣ה הֹלֵ֑ךְ וַיֹּ֣אמֶר אֵלַ֗י לָמֹד֙ אֶת־יְר֣וּשָׁלִַ֔ם לִרְא֥וֹת כַּמָּֽה־רָחְבָּ֖הּ וְכַמָּ֥ה אָרְכָּֽהּ׃ 7 וְהִנֵּ֗ה הַמַּלְאָ֛ךְ הַדֹּבֵ֥ר בִּ֖י יֹצֵ֑א וּמַלְאָ֣ךְ אַחֵ֔ר יֹצֵ֖א לִקְרָאתֽוֹ׃ 8 וַיֹּ֣אמֶר אֵלָ֔ו רֻ֗ץ דַּבֵּ֛ר אֶל־הַנַּ֥עַר הַלָּ֖ז לֵאמֹ֑ר פְּרָזוֹת֙ תֵּשֵׁ֣ב יְרוּשָׁלִַ֔ם מֵרֹ֥ב אָדָ֛ם וּבְהֵמָ֖ה בְּתוֹכָֽהּ׃ 9 וַאֲנִ֤י אֶֽהְיֶה־לָּהּ֙ נְאֻם־יְהוָ֔ה ח֥וֹמַת אֵ֖שׁ סָבִ֑יב וּלְכָב֖וֹד אֶֽהְיֶ֥ה בְתוֹכָֽהּ׃   פ
10 ה֣וֹי ה֗וֹי וְנֻ֛סוּ מֵאֶ֥רֶץ צָפ֖וֹן נְאֻם־יְהוָ֑ה כִּ֠י כְּאַרְבַּ֞ע רוּח֧וֹת הַשָּׁמַ֛יִם פֵּרַ֥שְׂתִּי אֶתְכֶ֖ם נְאֻם־יְהוָֽה׃ 11 ה֥וֹי צִיּ֖וֹן הִמָּלְטִ֑י יוֹשֶׁ֖בֶת בַּת־בָּבֶֽל׃   ס 12 כִּ֣י כֹ֣ה אָמַר֮ יְהוָ֣ה צְבָאוֹת֒ אַחַ֣ר כָּב֔וֹד שְׁלָחַ֕נִי אֶל־הַגּוֹיִ֖ם הַשֹּׁלְלִ֣ים אֶתְכֶ֑ם כִּ֚י הַנֹּגֵ֣עַ בָּכֶ֔ם נֹגֵ֖עַ בְּבָבַ֥ת עֵינֽוֹ׃ 13 כִּ֠י הִנְנִ֨י מֵנִ֤יף אֶת־יָדִי֙ עֲלֵיהֶ֔ם וְהָי֥וּ שָׁלָ֖ל לְעַבְדֵיהֶ֑ם וִֽידַעְתֶּ֕ם כִּֽי־יְהוָ֥ה צְבָא֖וֹת שְׁלָחָֽנִי׃   ס 14 רָנִּ֥י וְשִׂמְחִ֖י בַּת־צִיּ֑וֹן כִּ֧י הִנְנִי־בָ֛א וְשָׁכַנְתִּ֥י בְתוֹכֵ֖ךְ נְאֻם־יְהוָֽה׃ 15 וְנִלְווּ֩ גוֹיִ֨ם רַבִּ֤ים אֶל־יְהוָה֙ בַּיּ֣וֹם הַה֔וּא וְהָ֥יוּ לִ֖י לְעָ֑ם וְשָׁכַנְתִּ֣י בְתוֹכֵ֔ךְ וְיָדַ֕עַתְּ כִּי־יְהוָ֥ה צְבָא֖וֹת שְׁלָחַ֥נִי אֵלָֽיִךְ׃ 16 וְנָחַ֨ל יְהוָ֤ה אֶת־יְהוּדָה֙ חֶלְק֔וֹ עַ֖ל אַדְמַ֣ת הַקֹּ֑דֶשׁ וּבָחַ֥ר ע֖וֹד בִּירוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 17 הַ֥ס כָּל־בָּשָׂ֖ר מִפְּנֵ֣י יְהוָ֑ה כִּ֥י נֵע֖וֹר מִמְּע֥וֹן קָדְשֽׁוֹ׃   ס