Yiddish
Hebrew
אידיש
1 זע, אַ טאָג קומט בײַ גאָט, און דײַן רױב װעט צעטײלט װערן אין דיר. 2 און איך װעל אײַנזאַמלען אַלע פֿעלקער קײן ירושָלַיִם אױף מלחמה; און די שטאָט װעט באַצװוּנגען װערן, און די הײַזער װעלן צערױבט װערן, און די װײַבער װעלן געשענדט װערן; און אַ האַלבע שטאָט װעט אין גלות אַװעק, אָבער דער רעשט פֿון דעם פֿאָלק װעט ניט פֿאַרשניטן װערן פֿון שטאָט. 3 און גאָט װעט אַרױסגײן, און װעט מלחמֹה האַלטן מיט יענע פֿעלקער, װי בעת זײַן מלחמה האַלטן אין טאָג פֿון שטרײט. 4 און זײַנע פֿיס װעלן שטײן אין יענעם טאָג אױפֿן הַר-הַזֵיתים, װאָס פֿאַר ירושָלַיִם פֿון מזרח, און דער הַר-הַזֵיתים װעט זיך שפּאַלטן איבער העלפֿט, צו מזרח און צו מערב, אױף זײער אַ גרױסן טאָל; און אַ העלפֿט באַרג װעט זיך אַװעקרוקן קײן צפֿון, און אַ העלפֿט פֿון אים קײן דָרום. 5 און איר װעט אַנטלױפֿן צום טאָל פֿון די בערג, װאָרום דער טאָל פֿון די בערג װעט גרײכן ביז אָצַל; און איר װעט לױפֿן װי איר זײַט געלאָפֿן פֿון דער ערדציטערניש אין די טעג פֿון עוזִיָה דעם מלך פֿון יהודה; און יהוה מײַן גאָט װעט קומען, און אַלע הײליקע מיט דיר. 6 און עס װעט זײַן: אין יענעם טאָג װעט ניט זײַן קײן ליכטיקײט, נײַערט אַ שװערקײט און פֿאַרגליװערטקײט. 7 און עס װעט זײַן אײן לאַנגער טאָג, װאָס װעט זײַן באַװוּסט װי גאָטס טאָג, ניט טאָג און ניט נאַכט; אָבער עס װעט זײַן, צו אָװנטצײַט װעט װערן ליכטיק. 8 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן אַרױסגײן לעבעדיקע װאַסערן פֿון ירושָלַיִם, העלפֿט פֿון זײ צום פֿעדערשטן ים, און העלפֿט פֿון זײ צום הינטערשטן ים; אום זומער און אום װינטער װעט עס זײַן. 9 און יהוה װעט זײַן צום מלך איבער דער גאַנצער ערד; אין יענעם טאָג װעט יהוה זײַן אײנער, און זײַן נאָמען אײנער. 10 דאָס גאַנצע לאַנד װעט פֿאַרקערט װערן װי דער פּלױן, פֿון גֶבַע ביז רִמוֹן, אין דָרום פֿון ירושָלַיִם; און זי װעט זיצן דערהױבן אױף איר אָרט, פֿון דעם טױער פֿון בנימין ביז דעם אָרט פֿון ערשטן טױער, ביז דעם װינקלטױער, און פֿון דעם טורעם פֿון חַנַנאֵל ביז דעם מלכס קעלטערן. 11 און זײ װעלן זיצן דערין, און קײן פֿאַרװיסטונג װעט מער ניט זײַן, און ירושָלַיִם װעט זיצן אין זיכערקײט. 12 און דאָס װעט זײַן די פּלאָג װאָס גאָט װעט פּלאָגן אַלע אומות װאָס זײַנען אַרױס אין קריג אױף ירושָלַיִם: זײער פֿלײש װעט צעקריכן װי זײ שטײען אױף זײערע פֿיס, און זײערע אױגן װעלן צעקריכן אין זײערע לעכער, און זײער צונג װעט צעקריכן אין זײער מױל. 13 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעט װערן אױף זײ אַ גרױסע מהומה פֿון גאָט, און זײ װעלן אָנכאַפּן אײנער דעם אַנדערנס האַנט, און אײנעמס האַנט װעט זיך אױפֿהײבן קעגן אַנדערנס האַנט. 14 און אױך יהודה װעט מלחמה האַלטן אױף ירושָלַיִם; און אײַנגעזאַמלט װעט װערן דער פֿאַרמעג פֿון אַלע פֿעלקער רונד אַרום, גאָלד און זילבער און קלײדער זײער פֿיל. 15 און אַזױ אױך װעט זײַן די פּלאָג פֿונעם פֿערד, פֿונעם מױלאײזל, פֿונעם קעמל, און פֿונעם אײזל, און פֿון איטלעכער בהמה װאָס װעט זײַן אין יענע מחנות – אַזױ װי די דאָזיקע פּלאָג. 16 און עס װעט זײַן, איטלעכער װאָס איז געבליבן פֿון אַלע פֿעלקער װאָס זײַנען געקומען אױף ירושָלַיִם, װעט אַרױפֿגײן יאָר פֿאַר יאָר זיך צו בוקן צו דעם קיניג, גאָט פֿון צבָֿאוֹת, און צו האַלטן דעם יָום-טובֿ פֿון סוכּות. 17 און עס װעט זײַן, װער פֿון די משפּחות פֿון דער ערד עס װעט ניט אַרױפֿגײן קײן ירושָלַיִם זיך צו בוקן צו דעם קיניג, גאָט פֿון צבָֿאוֹת, װעט אױף זײ ניט זײַן קײן רעגן; 18 און אױב די משפּחה פֿון מִצרַיִם װעט ניט אַרױפֿגײן, און קומט ניט, װעט אױף זײ ניט אַרױפֿגײן דער נילוס; דאָס װעט זײַן די פּלאָג װאָס גאָט װעט פּלאָגן די פֿעלקער װאָס װעלן ניט אַרױפֿגײן צו האַלטן דעם יָום-טובֿ פֿון סוכּות. 19 דאָס װעט זײַן די שטראָף פֿון מִצרַיִם, און די שטראָף פֿון אַלע פֿעלקער װאָס װעלן ניט אַרױפֿגײן צו האַלטן דעם יָום-טובֿ פֿון סוכּות. 20 אין יענעם טאָג װעט אױף די גלעקלעך פֿון די פֿערד שטײן ״הײליק צו גאָט״; און די טעפּ אין גאָטס הױז װעלן זײַן אַזױ װי די שפּרענגבעקנס װאָס פֿאַרן מזבח. 21 און יעטװעדער טאָפּ אין ירושָלַיִם און אין יהודה װעט זײַן הײליק צו גאָט פֿון צבָֿאוֹת, און אַלע װאָס ברענגען אַ שלאַכטאָפּפֿער װעלן קומען און נעמען פֿון זײ, און קאָכן אין זײ; און עס װעט מער ניט זײַן קײן הענדלער אין הױז פֿון גאָט פֿון צבָֿאוֹת אין יענעם טאָג.
עברית
1 הִנֵּ֥ה יֽוֹם־בָּ֖א לַֽיהוָ֑ה וְחֻלַּ֥ק שְׁלָלֵ֖ךְ בְּקִרְבֵּֽךְ׃ 2 וְאָסַפְתִּ֨י אֶת־כָּל־הַגּוֹיִ֥ם אֶֽל־יְרוּשָׁלִַם֮ לַמִּלְחָמָה֒ וְנִלְכְּדָ֣ה הָעִ֗יר וְנָשַׁ֙סּוּ֙ הַבָּ֣תִּ֔ים וְהַנָּשִׁ֖ים תשגלנה וְיָצָ֞א חֲצִ֤י הָעִיר֙ בַּגּוֹלָ֔ה וְיֶ֣תֶר הָעָ֔ם לֹ֥א יִכָּרֵ֖ת מִן־הָעִֽיר׃ 3 וְיָצָ֣א יְהוָ֔ה וְנִלְחַ֖ם בַּגּוֹיִ֣ם הָהֵ֑ם כְּי֥וֹם הִֽלָּחֲמ֖ו בְּי֥וֹם קְרָֽב׃ 4 וְעָמְד֣וּ רַגְלָ֣יו בַּיּוֹם־הַ֠הוּא עַל־הַ֨ר הַזֵּתִ֜ים אֲשֶׁ֨ר עַל־פְּנֵ֥י יְרוּשָׁלִַם֮ מִקֶּדֶם֒ וְנִבְקַע֩ הַ֨ר הַזֵּיתִ֤ים מֵֽחֶצְיוֹ֙ מִזְרָ֣חָה וָיָ֔מָּה גֵּ֖יא גְּדוֹלָ֣ה מְאֹ֑ד וּמָ֨שׁ חֲצִ֥י הָהָ֛ר צָפ֖וֹנָה וְחֶצְיוֹ־נֶֽגְבָּה׃ 5 וְנַסְתֶּ֣ם גֵּֽיא־הָרַ֗י כִּֽי־יַגִּ֣יעַ גֵּי־הָרִים֮ אֶל־אָצַל֒ וְנַסְתֶּ֗ם כַּאֲשֶׁ֤ר נַסְתֶּם֙ מִפְּנֵ֣י הָרַ֔עַשׁ בִּימֵ֖י עֻזִּיָּ֣ה מֶֽלֶךְ־יְהוּדָ֑ה וּבָא֙ יְהוָ֣ה אֱלֹהַ֔י כָּל־קְדֹשִׁ֖ים עִמָּֽךְ׃ 6 וְהָיָ֖ה בַּיּ֣וֹם הַה֑וּא לֹֽא־יִהְיֶ֣ה א֔וֹר יְקָר֖וֹת יקפאון 7 וְהָיָ֣ה יוֹם־אֶחָ֗ד ה֛וּא יִוָּדַ֥ע לַֽיהוָ֖ה לֹא־י֣וֹם וְלֹא־לָ֑יְלָה וְהָיָ֥ה לְעֵֽת־עֶ֖רֶב יִֽהְיֶה־אֽוֹר׃ 8 וְהָיָ֣ה בַּיּ֣וֹם הַה֗וּא יֵצְא֤וּ מַֽיִם־חַיִּים֙ מִיר֣וּשָׁלִַ֔ם חֶצְיָ֗ם אֶל־הַיָּם֙ הַקַּדְמוֹנִ֔י וְחֶצְיָ֖ם אֶל־הַיָּ֣ם הָאַחֲר֑וֹן בַּקַּ֥יִץ וּבָחֹ֖רֶף יִֽהְיֶֽה׃ 9 וְהָיָ֧ה יְהוָ֛ה לְמֶ֖לֶךְ עַל־כָּל־הָאָ֑רֶץ בַּיּ֣וֹם הַה֗וּא יִהְיֶ֧ה יְהוָ֛ה אֶחָ֖ד וּשְׁמ֥וֹ אֶחָֽד׃ 10 יִסּ֨וֹב כָּל־הָאָ֤רֶץ כָּעֲרָבָה֙ מִגֶּ֣בַע לְרִמּ֔וֹן נֶ֖גֶב יְרֽוּשָׁלָ֑͏ִם וְֽרָאֲמָה֩ וְיָשְׁבָ֨ה תַחְתֶּ֜יהָ לְמִשַּׁ֣עַר בִּנְיָמִ֗ן עַד־מְק֞וֹם שַׁ֤עַר הָֽרִאשׁוֹן֙ עַד־שַׁ֣עַר הַפִּנִּ֔ים וּמִגְדַּ֣ל חֲנַנְאֵ֔ל עַ֖ד יִקְבֵ֥י הַמֶּֽלֶךְ׃ 11 וְיָ֣שְׁבוּ בָ֔הּ וְחֵ֖רֶם לֹ֣א יִֽהְיֶה־ע֑וֹד וְיָשְׁבָ֥ה יְרוּשָׁלַ֖͏ִם לָבֶֽטַח׃ 12 וְזֹ֣את תִּֽהְיֶ֣ה הַמַּגֵּפָ֗ה אֲשֶׁ֨ר יִגֹּ֤ף יְהוָה֙ אֶת־כָּל־הָ֣עַמִּ֔ים אֲשֶׁ֥ר צָבְא֖וּ עַל־יְרוּשָׁלָ֑͏ִם הָמֵ֣ק בְּשָׂר֗וֹ וְהוּא֙ עֹמֵ֣ד עַל־רַגְלָ֔יו וְעֵינָיו֙ תִּמַּ֣קְנָה בְחֹֽרֵיהֶ֔ן וּלְשׁוֹנ֖וֹ תִּמַּ֥ק בְּפִיהֶֽם׃ 13 וְהָיָה֙ בַּיּ֣וֹם הַה֔וּא תִּֽהְיֶ֧ה מְהֽוּמַת־יְהוָ֛ה רַבָּ֖ה בָּהֶ֑ם וְהֶחֱזִ֗יקוּ אִ֚ישׁ יַ֣ד רֵעֵ֔הוּ וְעָלְתָ֥ה יָד֖וֹ עַל־יַ֥ד רֵעֵֽהוּ׃ 14 וְגַ֨ם־יְהוּדָ֔ה תִּלָּחֵ֖ם בִּירֽוּשָׁלָ֑͏ִם וְאֻסַּף֩ חֵ֨יל כָּל־הַגּוֹיִ֜ם סָבִ֗יב זָהָ֥ב וָכֶ֛סֶף וּבְגָדִ֖ים לָרֹ֥ב מְאֹֽד׃ 15 וְכֵ֨ן תִּֽהְיֶ֜ה מַגֵּפַ֣ת הַסּ֗וּס הַפֶּ֙רֶד֙ הַגָּמָ֣ל וְהַחֲמ֔וֹר וְכָ֨ל־הַבְּהֵמָ֔ה אֲשֶׁ֥ר יִהְיֶ֖ה בַּמַּחֲנ֣וֹת הָהֵ֑מָּה כַּמַּגֵּפָ֖ה הַזֹּֽאת׃ 16 וְהָיָ֗ה כָּל־הַנּוֹתָר֙ מִכָּל־הַגּוֹיִ֔ם הַבָּאִ֖ים עַל־יְרֽוּשָׁלָ֑͏ִם וְעָל֞וּ מִדֵּ֧י שָׁנָ֣ה בְשָׁנָ֗ה לְהִֽשְׁתַּחֲוֺת֙ לְמֶ֙לֶךְ֙ יְהוָ֣ה צְבָא֔וֹת וְלָחֹ֖ג אֶת־חַ֥ג הַסֻּכּֽוֹת׃ 17 וְ֠הָיָה אֲשֶׁ֨ר לֹֽא־יַעֲלֶ֜ה מֵאֵ֨ת מִשְׁפְּח֤וֹת הָאָ֙רֶץ֙ אֶל־יְר֣וּשָׁלִַ֔ם לְהִֽשְׁתַּחֲוֺ֔ת לְמֶ֖לֶךְ יְהוָ֣ה צְבָא֑וֹת וְלֹ֥א עֲלֵיהֶ֖ם יִהְיֶ֥ה הַגָּֽשֶׁם׃ 18 וְאִם־מִשְׁפַּ֨חַת מִצְרַ֧יִם לֹֽא־תַעֲלֶ֛ה וְלֹ֥א בָאָ֖ה וְלֹ֣א עֲלֵיהֶ֑ם תִּֽהְיֶ֣ה הַמַּגֵּפָ֗ה אֲשֶׁ֨ר יִגֹּ֤ף יְהוָה֙ אֶת־הַגּוֹיִ֔ם אֲשֶׁר֙ לֹ֣א יַֽעֲל֔וּ לָחֹ֖ג אֶת־חַ֥ג הַסֻּכּֽוֹת׃ 19 זֹ֥את תִּהְיֶ֖ה חַטַּ֣את מִצְרָ֑יִם וְחַטַּאת֙ כָּל־הַגּוֹיִ֔ם אֲשֶׁר֙ לֹ֣א יַֽעֲל֔וּ לָחֹ֖ג אֶת־חַ֥ג הַסֻּכּֽוֹת׃ 20 בַּיּ֣וֹם הַה֗וּא יִֽהְיֶה֙ עַל־מְצִלּ֣וֹת הַסּ֔וּס קֹ֖דֶשׁ לַֽיהוָ֑ה וְהָיָ֤ה הַסִּירוֹת֙ בְּבֵ֣ית יְהוָ֔ה כַּמִּזְרָקִ֖ים לִפְנֵ֥י הַמִּזְבֵּֽחַ׃ 21 וְ֠הָיָה כָּל־סִ֨יר בִּירוּשָׁלִַ֜ם וּבִֽיהוּדָ֗ה קֹ֚דֶשׁ לַיהוָ֣ה צְבָא֔וֹת וּבָ֙אוּ֙ כָּל־הַזֹּ֣בְחִ֔ים וְלָקְח֥וּ מֵהֶ֖ם וּבִשְּׁל֣וּ בָהֶ֑ם וְלֹא־יִהְיֶ֨ה כְנַעֲנִ֥י ע֛וֹד בְּבֵית־יְהוָ֥ה צְבָא֖וֹת בַּיּ֥וֹם הַהֽוּא׃