אידיש
1
אין יענעם טאָג װעט זיך עפֿענען אַ קװאַל פֿאַר דעם הױז פֿון דוד, און פֿאַר די באַװוינער פֿון ירושָלַיִם, פֿאַר רײניקן און פֿאַר שפּרענגען.
2
און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת, װעל איך פֿאַרשנײַדן די נעמען פֿון די געצנבילדער, פֿון לאַנד, און זײ װעלן מער ניט געדאַכט װערן; און אױך די נבֿיאים און דעם גײַסט פֿון אומרײנקײט װעל איך אָפּשאַפֿן פֿון לאַנד.
3
און עס װעט זײַן, אַז עמיצער װעט נאָך אַלץ נבֿיאות זאָגן, װעלן זאָגן צו אים זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס האָבן אים געבאָרן: טאָרסט ניט בלײַבן לעבן, װאָרום ליגן האָסטו געזאָגט אין נאָמען פֿון גאָט; און זײַן פֿאָטער און זײַן מוטער װאָס האָבן אים געבאָרן, װעלן אים שטעכן, אַז ער װעט נבֿיאות זאָגן.
4
און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן זיך די נבֿיאים שעמען איטלעכער מיט זײַן זעונג, װען ער װעט נבֿיאות זאָגן; און זײ װעלן ניט אָנטאָן אַ האָריקן מאַנטל כּדי צו נאַרן.
5
און ער װעט זאָגן: ניט קײן נבֿיא בין איך, אַ מאַן אַן ערדאַרבעטער בין איך, װאָרום פֿאַר אַן ערדמענטשן האָט מען מיך געמאַכט פֿון מײַן יוגנט אָן.
6
און אַז מע װעט זאָגן צו אים: װאָס זײַנען די דאָזיקע װוּנדן צװישן דײַנע הענט? װעט ער זאָגן: דאָס האָב איך געקריגן געשלאָגן אין הױז פֿון מײַנע גוטע פֿרײַנט.
7
דערװעק זיך, שװערד, אױף מײַן פּאַסטוך, און אױף דעם מאַן װאָס איך האָב מיר צוגעחבֿרט! זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת; שלאָג דעם פּאַסטוך, און די שאָף זאָלן צעשפּרײט װערן; און איך װעל קערן מײַן האַנט אױף די יונגען.
8
און עס װעט געשען אין גאַנצן לאַנד, זאָגט גאָט; צװײ טײלן דערין װעלן פֿאַרשניטן װערן און פֿאַרגײן, און אַ דריט-חלק װעט בלײַבן דערין.
9
און איך װעל ברענגען דעם דריט-חלק אין פֿײַער, און װעל זײ לײַטערן װי מע לײַטערט זילבער, און װעל זײ פּרוּװן װי מע פּרוּװט גאָלד; ער װעט רופֿן מײַן נאָמען, און איך װעל אים ענטפֿערן; איך זאָג: ער איז מײַן פֿאָלק, און ער װעט זאָגן: יהוה איז מײַן גאָט.