Yiddish
Hebrew
אידיש
1 די נבֿואה פֿון גאָטס װאָרט אױף ישׂראל: אַזױ זאָגט גאָט, װאָס האָט אױסגעשפּרײט די הימלען, און געגרונטפֿעסט די ערד, און געפֿורעמט דעם גײַסט פֿון מענטשן אין אים.
2 זע, איך מאַך ירושָלַיִם פֿאַר אַ בעכער פֿון פֿאַרטומלעניש פֿאַר אַלע אומות רונד אַרום; און אױך יהודה װעט מוזן זײַן אין באַלעגערונג אױף ירושָלַיִם. 3 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך מאַכן ירושָלַיִם אַ לאַסטשטײן פֿאַר אַלע אומות, אַלע װאָס לאָדן זי אױף זיך װעלן זיך װוּנדן אָנרײַסן; און אײַנזאַמלען װעלן זיך אַקעגן איר אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד. 4 אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט, װעל איך שלאָגן איטלעך פֿערד מיט צעדולטקײט, און זײַן רײַטער מיט משוגעת; און אױף דעם הױז פֿון יהודה װעל איך האַלטן אָפֿן מײַנע אױגן. און איטלעך פֿערד פֿון די אומות װעל איך שלאָגן מיט בלינדקײט. 5 און די פֿירשטן פֿון יהודה װעלן זאָגן אין זײער האַרצן: אַ שטאַרקײט זײַנען צו מיר די באַװוינער פֿון ירושָלַיִם, דורך גאָט פֿון צבָֿאוֹת זײער האַר. 6 אין יענעם טאָג װעל איך מאַכן די פֿירשטן פֿון יהודה װי אַ פֿײַערטאָפּ צװישן האָלץ, און װי אַ בראַנדהאָלץ צװישן גאַרבן, און זײ װעלן פֿאַרצערן אױף רעכטס און אױף לינקס אַלע אומות רונד אַרום; און ירושָלַיִם װעט װידער זיצן אױף איר אָרט – אין ירושָלַיִם.
7 און גאָט װעט העלפֿן די געצעלטן פֿון יהודה צום ערשטן, כּדי די פּראַכט פֿון דעם הױז פֿון דוד, און די פּראַכט פֿון די באַװוינער פֿון ירושָלַיִם, זאָל זיך ניט גרײסן איבער יהודה. 8 אין יענעם טאָג װעט גאָט באַשירעמען די באַװוינער פֿון ירושָלַיִם, און דער געפֿאַלענער צװישן זײ װעט אין יענעם טאָג זײַן װי דוד, און דאָס הױז פֿון דוד װי אַ גאָט, און װי אַ מלאך פֿון יהודה פֿאַר זײ. 9 און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעל איך זוכן צו פֿאַרטיליקן אַלע פֿעלקער װאָס קומען אױף ירושָלַיִם. 10 און איך װעל אױסגיסן אױף דעם הױז פֿון דוד, און אױף די באַװוינער פֿון ירושָלַיִם, אַ גײַסט פֿון לײַטזעליקײט און געבעט, און זײ װעלן קוקן צו מיר װעגן איטלעכן װאָס זײ האָבן דערשטאָכן, און װעלן קלאָגן אױף אים װי מע קלאָגט אױף אַן אײנאײנציקן, און זיך ביטערן נאָך אים װי מע ביטערט זיך נאָך אַ בכָור. 11 אין יענעם טאָג װעט גרױס זײַן די קלאָג אין ירושָלַיִם, אַזױ װי די קלאָג פֿון הַדַדרִמוֹן אין טאָל מגִדוֹן. 12 און דאָס לאַנד װעט קלאָגן משפּחות משפּחות באַזונדער; די משפּחות פֿון דעם הױז פֿון דוד באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; 13 די משפּחה פֿון דעם הױז פֿון נָתָן באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; די משפּחה פֿון דעם הױז פֿון לֵוִי באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; די משפּחה פֿון די שִמעִים באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער; 14 אַלע משפּחות װאָס זײַנען געבליבן, משפּחות משפּחות באַזונדער, און זײערע װײַבער באַזונדער.
עברית
1 מַשָּׂ֥א דְבַר־יְהוָ֖ה עַל־יִשְׂרָאֵ֑ל נְאֻם־יְהוָ֗ה נֹטֶ֤ה שָׁמַ֙יִם֙ וְיֹסֵ֣ד אָ֔רֶץ וְיֹצֵ֥ר רֽוּחַ־אָדָ֖ם בְּקִרְבּֽוֹ׃   פ
2 הִנֵּ֣ה אָ֠נֹכִי שָׂ֣ם אֶת־יְרוּשָׁלַ֧͏ִם סַף־רַ֛עַל לְכָל־הָעַמִּ֖ים סָבִ֑יב וְגַ֧ם עַל־יְהוּדָ֛ה יִֽהְיֶ֥ה בַמָּצ֖וֹר עַל־יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 3 וְהָיָ֣ה בַיּוֹם־הַ֠הוּא אָשִׂ֨ים אֶת־יְרוּשָׁלִַ֜ם אֶ֤בֶן מַֽעֲמָסָה֙ לְכָל־הָ֣עַמִּ֔ים כָּל־עֹמְסֶ֖יהָ שָׂר֣וֹט יִשָּׂרֵ֑טוּ וְנֶאֶסְפ֣וּ עָלֶ֔יהָ כֹּ֖ל גּוֹיֵ֥י הָאָֽרֶץ׃ 4 בַּיּ֨וֹם הַה֜וּא נְאֻם־יְהוָ֗ה אַכֶּ֤ה כָל־סוּס֙ בַּתִּמָּה֔וֹן וְרֹכְב֖וֹ בַּשִּׁגָּע֑וֹן וְעַל־בֵּ֤ית יְהוּדָה֙ אֶפְקַ֣ח אֶת־עֵינַ֔י וְכֹל֙ ס֣וּס הָֽעַמִּ֔ים אַכֶּ֖ה בַּֽעִוָּרֽוֹן׃ 5 וְאָֽמְר֛וּ אַלֻּפֵ֥י יְהוּדָ֖ה בְּלִבָּ֑ם אַמְצָ֥ה לִי֙ יֹשְׁבֵ֣י יְרוּשָׁלִַ֔ם בַּיהוָ֥ה צְבָא֖וֹת אֱלֹהֵיהֶֽם׃ 6 בַּיּ֣וֹם הַה֡וּא אָשִׂים֩ אֶת־אַלֻּפֵ֨י יְהוּדָ֜ה כְּֽכִיּ֧וֹר אֵ֣שׁ בְּעֵצִ֗ים וּכְלַפִּ֥יד אֵשׁ֙ בְּעָמִ֔יר וְאָ֨כְל֜וּ עַל־יָמִ֧ין וְעַל־שְׂמֹ֛אול אֶת־כָּל־הָעַמִּ֖ים סָבִ֑יב וְיָשְׁבָ֨ה יְרוּשָׁלַ֥͏ִם ע֛וֹד תַּחְתֶּ֖יהָ בִּירוּשָׁלָֽ͏ִם׃   פ
7 וְהוֹשִׁ֧יעַ יְהוָ֛ה אֶת־אָהֳלֵ֥י יְהוּדָ֖ה בָּרִֽאשֹׁנָ֑ה לְמַ֨עַן לֹֽא־תִגְדַּ֜ל תִּפְאֶ֣רֶת בֵּית־דָּוִ֗יד וְתִפְאֶ֛רֶת יֹשֵׁ֥ב יְרוּשָׁלַ֖͏ִם עַל־יְהוּדָֽה׃ 8 בַּיּ֣וֹם הַה֗וּא יָגֵ֤ן יְהוָה֙ בְּעַד֙ יוֹשֵׁ֣ב יְרוּשָׁלִַ֔ם וְהָיָ֞ה הַנִּכְשָׁ֥ל בָּהֶ֛ם בַּיּ֥וֹם הַה֖וּא כְּדָוִ֑יד וּבֵ֤ית דָּוִיד֙ כֵּֽאלֹהִ֔ים כְּמַלְאַ֥ךְ יְהוָ֖ה לִפְנֵיהֶֽם׃ 9 וְהָיָ֖ה בַּיּ֣וֹם הַה֑וּא אֲבַקֵּ֗שׁ לְהַשְׁמִיד֙ אֶת־כָּל־הַגּוֹיִ֔ם הַבָּאִ֖ים עַל־יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 10 וְשָׁפַכְתִּי֩ עַל־בֵּ֨ית דָּוִ֜יד וְעַ֣ל יוֹשֵׁ֣ב יְרוּשָׁלִַ֗ם ר֤וּחַ חֵן֙ וְתַ֣חֲנוּנִ֔ים וְהִבִּ֥יטוּ אֵלַ֖י אֵ֣ת אֲשֶׁר־דָּקָ֑רוּ וְסָפְד֣וּ עָלָ֗יו כְּמִסְפֵּד֙ עַל־הַיָּחִ֔יד וְהָמֵ֥ר עָלָ֖יו כְּהָמֵ֥ר עַֽל־הַבְּכֽוֹר׃ 11 בַּיּ֣וֹם הַה֗וּא יִגְדַּ֤ל הַמִּסְפֵּד֙ בִּיר֣וּשָׁלִַ֔ם כְּמִסְפַּ֥ד הֲדַדְ־רִמּ֖וֹן בְּבִקְעַ֥ת מְגִדּֽוֹן׃ 12 וְסָפְדָ֣ה הָאָ֔רֶץ מִשְׁפָּח֥וֹת מִשְׁפָּח֖וֹת לְבָ֑ד מִשְׁפַּ֨חַת בֵּית־דָּוִ֤יד לְבָד֙ וּנְשֵׁיהֶ֣ם לְבָ֔ד מִשְׁפַּ֤חַת בֵּית־נָתָן֙ לְבָ֔ד וּנְשֵׁיהֶ֖ם לְבָֽד׃ 13 מִשְׁפַּ֤חַת בֵּית־לֵוִי֙ לְבָ֔ד וּנְשֵׁיהֶ֖ם לְבָ֑ד מִשְׁפַּ֤חַת הַשִּׁמְעִי֙ לְבָ֔ד וּנְשֵׁיהֶ֖ם לְבָֽד׃ 14 כֹּ֗ל הַמִּשְׁפָּחוֹת֙ הַנִּשְׁאָר֔וֹת מִשְׁפָּחֹ֥ת מִשְׁפָּחֹ֖ת לְבָ֑ד וּנְשֵׁיהֶ֖ם לְבָֽד׃   ס