אידיש
1
בעט בײַ גאָט רעגן אין דער צײַט פֿון שפּעטרעגן, בײַ גאָט װאָס מאַכט בליצן; און ער װעט זײ געבן אַ גוסרעגן, איטלעכן – גראָז אױפֿן פֿעלד.
2
װאָרום די תּרָפֿים האָבן גערעדט נישטיקײט, און די װאָרזאָגער האָבן געזען ליגן, און די חלוֹמות רעדן פֿאַלש, נישטיק טוען זײ טרײסטן. דרום האָבן זײ אומגעװאַנדערט אַזױ װי שאָף, זײ פּלאָגן זיך, װײַל קײן פּאַסטוך איז ניטאָ.
3
אױף די פּאַסטוכער גרימט מײַן צאָרן, און מיט די בעק װעל איך זיך אָפּרעכענען; װאָרום גאָט פֿון צבָֿאוֹת האָט געדאַכט אָן זײַן סטאַדע, דעם הױז פֿון יהודה, און מאַכט זײ װי זײַן פּראַכטפֿערד אין מלחמה.
4
פֿון אים דער װינקלשטײן, פֿון אים דאָס פֿלעקל, פֿון אים דער בױגן פֿון מלחמה, פֿון אים װעט אַרױסגײן יעטװעדער געװעלטיקער באַגלײַך.
5
און זײ װעלן זײַן װי גיבוֹרים װאָס טרעטן דעם קױט פֿון די גאַסן אין מלחמה, און זײ װעלן בײַקומען, װאָרום גאָט װעט זײַן מיט זײ, און די רײַטער אױף פֿערד װעלן פֿאַרשעמט װערן.
6
און איך װעל שטאַרקן דאָס הױז פֿון יהודה, און דאָס הױז פֿון יוֹסף װעל איך העלפֿן, און איך װעל זײ אומקערן, װאָרום איך טו זײ דערבאַרימען; און זײ װעלן זײַן װי איך װאָלט זײ קײן מאָל ניט פֿאַרלאָזט, װאָרום איך בין יהוה זײער גאָט, און װעל זײ ענטפֿערן.
7
און אפֿרים װעט זײַן װי אַ גיבור, און זײער האַרץ װעט זײַן פֿרײלעך װי פֿון װײַן; און זײערע זין װעלן זען און זיך פֿרײען, זײער האַרץ װעט זײַן לוסטיק מיט גאָט.
8
איך װעל שמוצערן צו זײ, און װעל זײ אײַנזאַמלען, װאָרום איך טו זײ אױסלײזן; און זײ װעלן זיך מערן װי זײ האָבן זיך געמערט.
9
יאָ, איך װעל זײ צעזײען צװישן די פֿעלקער, אָבער אין די װײַטענישן װעלן זײ מיך דערמאָנען, און זײ װעלן דערלעבן מיט זײערע קינדער, און װעלן זיך אומקערן.
10
און איך װעל זײ אומקערן פֿון לאַנד מִצרַיִם, און פֿון אַשור װעל איך זײ אײַנזאַמלען; און קײן לאַנד גִלעָד און לבָנוֹן װעל איך זײ ברענגען, און עס װעט זײ ניט קלעקן.
11
און אַן אַנגסט װעט אַריבערגײן איבערן ים, און ער װעט שלאָגן װעלן אױפֿן ים, און אױסגעטריקנט װעלן װערן אַלע טיפֿענישן פֿון נילוס, און גענידערט װעט װערן דער שטאָלץ פֿון אַשור, און דער צעפּטער פֿון מִצרַיִם װעט אָפּגעטאָן װערן.
12
און איך װעל זײ שטאַרקן מיט גאָט, און אין זײַן נאָמען װעלן זײ גײן, זאָגט גאָט.