אידיש
1
דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס איז געװען צו צפֿניָה דעם זון פֿון כּושי, דעם זון פֿון גדַליָה, דעם זון פֿון אַמַריָה, דעם זון פֿון חִזקִיָהן, אין די טעג פֿון יֹאשִיָהו דעם זון פֿון אָמוֹנען, דעם מלך פֿון יהוּדה.
2
פֿאַרלענדן װעל איך פֿאַרלענדן אַלצדינגפֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד, זאָגט גאָט.
3
איך װעל פֿאַרלענדן מענטשן און בהמות, איך װעל פֿאַרלענדן די פֿױגלען פֿון הימל, און די פֿישן פֿון ים, און די שטרױכלונגען אין אײנעם מיט די רשָעים; און איך װעל פֿאַרשנײַדן דעם מענטשן פֿון געזיכט פֿון דער ערד, זאָגט גאָט.
4
און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף יהוּדה, און אױף אַלע באַװױנער פֿון ירושלים, און איך װעל פֿאַרשנײַדן פֿון דעם דאָזיקן אָרטדעם איבערבלײַב פֿון בַעַל, דעם נאָמען פֿון די פּריסטער מיט די כּהנים;
5
און די װאָס בוקן זיך אױף די דעכערצו דעם חיל פֿון הימל, און די װאָס אי זײ בוקן זיך און שװערן צו יהוה, אי זײ שװערן בײַ מַלכָּם;
6
און די װאָס טרעטן אָפּ פֿון הינטער יהוה, און װאָס זוכן ניט יהוה, און פֿרעגן זיך ניט אױף אים.
7
שטיל פֿאַר גאָט דעם האַר! װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט, װאָרום גאָט האָט אָנגעברײט אַ שלאַכטונג, פֿאַרבעטן זײַנע גערופֿענע.
8
און עס װעט זײַן אין דעם טאָג פֿון גאָטס שלאַכטונג, װעל איך זיך רעכענען מיט די האַרן, און מיט דעם מלכס זין, און מיט אַלע װאָס קלײדן זיך אין פֿרעמדלענדישע קלײדער.
9
און איך װעל זיך רעכענען אין יענעם טאָגמיט אַלע װאָס שפּרינגען איבערן שװעל, װאָס פֿילן אָן דאָס הױז פֿון זײער האַרמיט אומרעכט און באַטרוג.
10
און אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט, װעט זײַן אַ קָול פֿון געשרײ פֿון דעם פֿישטױער, און אַ יללה פֿון צװײטן שטאָטפֿערטל, און אַ גרױסער בראָך פֿון די בערג.
11
יאָמערט, איר באַװױנער פֿון מַכתֵּש, װאָרום אומגעקומען איז דאָס גאַנצע האַנדלפֿאָלק, פֿאַרשניטן געװאָרן אַלע אָנגעלאָדענע מיט זילבער.
12
און עס װעט זײַן אין יענער צײַט, װעל איך דורכזוכן ירושלים מיט ליכט, און איך װעל זיך רעכענען מיט די לײַטװאָס גליװערן אױף זײערע הײװן, װאָס זאָגן אין זײער האַרצן: ניט גוטס טאָן קען גאָט און ניט שלעכטס טאָן.
13
און זײער פֿאַרמעג װעט זײַן צו רױב, און זײערע הײַזער צו װיסט; און זײ װעלן בױען הײַזער, און ניט באַװױנען, און פֿלאַנצען װײַנגערטנער, און ניט טרינקען זײער װײַן.
14
נאָנט איז דער גרױסער טאָג פֿון גאָט, נאָנט און געשװינט זײער; האָרך! דער טאָג פֿון גאָט! ביטער שרײַט דענצמאָל דער גִבור.
15
אַ טאָג פֿון צאָרן איז יענער טאָג, אַ טאָג פֿון נױט און קלעם, אַ טאָג פֿון װיסטקײט און פֿאַרװיסטונג, אַ טאָג פֿון חושך און פֿינצטערניש, אַ טאָג פֿון װאָלקן און נעבל,
16
אַ טאָג פֿון שופֿר און שאַלונגאַקעגן די באַפֿעסטיקטע שטעט, און אַקעגן די הױכע טורעמס.
17
און איך װעל ענג מאַכן די מענטשן, און זײ װעלן אומגײן װי בלינדע, װײַל זײ האָבן צו גאָט געזינדיקט; און זײער בלוט װעט פֿאַרגאָסן װערן װי שטױב, און זײער פֿלײש װי מיסט.
18
אַפֿילו זײער זילבער, אַפֿילו זײער גאָלד, װעט זײ ניט קענען מציל זײַן אין טאָג פֿון גאָטס צאָרן; און אין דעם פֿײַער פֿון זײַן כּעסװעט פֿאַרצערט װערן די גאַנצע ערד, װאָרום אַ פֿאַרלענדונג אַזש אַ שרעקלעכע, װעט ער מאַכן פֿון אַלע באַװױנער פֿון דער ערד.