אידיש
1
זע אױף די בערג די פֿיס פֿון דעם אָנזאָגער װאָס מאַכט הערן שלום! פֿײַער, יהודה, דײַנע פֿײַערטעג, באַצאָל דײַנע נדרים, װאָרום מער װעט ניט דורכגײן אין דיר דער נידערטרעכטיקער, ער איז אין גאַנצן פֿאַרשניטן.
2
אַ צעברעכער גײט אַרױף אַקעגן דיר; היט די פֿעסטונג. קוק אױס אױפֿן װעג, פֿעסטיק די לענדן, שטאַרק זײער דײַן כּוֹח. –
3
װאָרום גאָט קערט אום דעם שטאָלץ פֿון יעקבֿ װי דעם שטאָלץ פֿון ישׂראל; װאָרום אױסלײדיקער האָבן זײ אױסגעלײדיקט, און זײערע צװײַגן פֿאַרדאָרבן. –
4
דער שילד פֿון זײַנע גיבוֹרים איז גערױטיקט, די קריגסלײַט אין װערמילפֿאַרב, אין פֿײַערדיקן שטאָל די רײַטװעגן, אין טאָג פֿון זײער צוגרײטונג; און די ציפּרעסשפּיזן װערן געפֿאָכט.
5
דורך די גאַסן װילדעװען די רײַטװעגן, זײ שטורעמען דורך די מערק, זײער אָנבליק איז װי פֿלאַמען, װי די בליצן לױפֿן זײ אום.
6
ער טראַכט אָן זײַנע מאַכטיקע, אָבער זײ װערן געשטרױכלט אין זײער גאַנג; מע אײַלט צו דער מױער, און צוגעגרײט װערט דער שירעמדאַך.
7
די טױערן פֿון די טײַכן זײַנען געעפֿנט, און דער פּאַלאַץ װערט צערונען.
8
און די מלכּה װערט אַן אָפּגעדעקטע אַװעקגענומען, און אירע דינסטן קלאָגן אַזױ װי דער קָול פֿון טױבן, זיך קלאַפּנדיק אױף די הערצער.
9
און נינוֵה איז װי אַ טײַך װאַסער פֿון זינט די טעג װאָס זי איז; אָבער זײ אַנטלױפֿן; ״שטײט! שטײט!״ אָבער קײנער קערט זיך ניט אום.
10
רױבט זילבער, רױבט גאָלד, ניטאָ קײן שיעור צו דעם אױסשטאַט, אַ רײַכטום פֿון אַלע גלוסטיקע זאַכן.
11
זי װערט פּוסט און װיסט און פֿאַרװיסט, און דאָס האַרץ װערט צעגאַנגען, און אַ װאַקלעניש פֿון קני, און אַ ציטערניש אין אַלע לענדן; און זײערע אַלעמענס פּנימער נעמען אָן אַ פֿינצטערניש.
12
װוּ איז די װױנונג פֿון די לײבן, װאָס איז געװען דער פֿיטערפּלאַץ פֿאַר יונגלײבן, װאָס דאָרטן איז אומגעגאַנגען דער לײב, די לײבינטע, דאָס קלײנע לײבל, און קײנער האָט ניט געשראָקן?
13
דער לײב פֿלעגט פֿאַרצוקן גענוג פֿאַר זײַנע יונגע, און װערגן פֿאַר זײַנע לײבינטעס, און האָט אָנגעפֿילט מיט פֿאַרצוקונג זײַנע לעכער, און זײַנע װױנונגען מיט פֿאַרצוקטע.
14
זע, איך װעל קומען אױף דיר, זאָגט גאָט פֿון צבָֿאוֹת, און איך װעל פֿאַרברענען אױף רױך אירע רײַטװעגן, און דײַנע יונגלײבן װעט פֿאַרצערן די שװערד; און איך װעל פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד דײַן רױב, און מער װעט ניט געהערט װערן דער קָול פֿון דײַנע שלוחים.