אידיש
1
די נבֿואה אױף נינוֵה; דאָס בוך פֿון דער זעונג פֿון נחום דעם אֶלקוֹשי.
2
אַ גאָט אַ צערענער און אַ ראַכענעמער איז יהוה, יהוה איז אַ ראַכענעמער און פֿול מיט גרימצאָרן, יהוה איז זיך נוֹקם אָן זײַנע פֿײַנט, און ער האַלט דעם כּעס צו זײַנע שָׂונאים.
3
יהוה איז אײַנגעהאַלטן אין צאָרן, און גרױס אין מאַכט, און שענקען שענקט ער ניט; יהוה – מיט װינט און מיט שטורעם איז זײַן װעג, און װאָלקן דער שטױב פֿון זײַנע פֿיס.
4
ער שרײַט אָן אױפֿן ים, און טריקנט אים אױס, און אַלע טײַכן מאַכט ער טרוקן; פֿאַרװעלקט װערט דער בָשָן און כַּרמֶל, און די בליונג פֿון לבָנוֹן װערט פֿאַרװעלקט.
5
די בערג ציטערן פֿאַר אים, און די טאָלן טוען זיך װאַקלען, און די ערד װערט אױפֿגעטרײסלט פֿון זײַן פּנים, אי די װעלט אי אַלע װױנער אין איר.
6
פֿאַר זײַן כּעס װער קען זיך שטעלן? און װער קען באַשטײן אין זײַן גרימצאָרן? זײַן צאָרן גיסט זיך אױס װי פֿײַער, און די פֿעלזן װערן צעשטױסן פֿאַר אים.
7
גוט איז יהוה, פֿאַר אַ פֿעסטונג אין טאָג פֿון נױט; און ער װײס די װאָס שיצן זיך אין אים.
8
אָבער מיט אַ שטראָמיקער פֿלײצונג װעט ער מאַכן אַ פֿאַרלענדונג פֿון איר אָרט, און זײַנע פֿײַנט װעט נאָכיאָגן פֿינצטערניש.
9
װאָס טראַכט איר אַקעגן גאָט? אַ פֿאַרלענדונג װעט ער מאַכן, די צרה װעט ניט אױפֿשטײן אַ צװײט מאָל.
10
װאָרום בעת זײ זײַנען װי דערנער אײַנגעפֿלאָכטענע, און װי זײ שיכּורן פֿאַרשיכּורטע, װעלן זײ אין גאַנצן פֿאַרצערט װערן װי טרוקענע שטרױ.
11
פֿון דיר איז אַרױסגעקומען דער װאָס טראַכט בײז אַקעגן גאָט, װאָס באַראָט נידערטרעכטיקײט.
12
אַזױ האָט גאָט געזאָגט: װי געזונט און אַזױ פֿיל װי זײ זײַנען, אַזױ װעלן זײ פֿאַרשניטן װערן און פֿאַרגײן; הגם איך האָב דיך געפּײַניקט, װעל איך מער דיך ניט פּײַניקן.
13
און אַצונד װעל איך צעברעכן זײַן יאָכשטאַנג פֿון דיר, און דײַנע בינדשטריק װעל איך צערײַסן.
14
און גאָט האָט באַפֿױלן װעגן דיר, אַז פֿון דײַן נאָמען זאָל מער קײן זאָמען ניט זײַן; פֿון הױז פֿון דײַן גאָט װעל איך פֿאַרשנײַדן געשניצטע און געגאָסענע געצן; איך װעל דיר אַ קבֿר מאַכן, װײַל דו ביסט צו שאַנד געװאָרן.