Yiddish
Hebrew
אידיש
1 װײ מיר, װאָס איך בין װי בײַם נאָכזאַמל פֿון זומער, װי בײַם נאָכקלײַב פֿון דער לעז! ניטאָ אַ הענגל צום עסן, אַן ערשטפֿרוכט װאָס מײַן זעל געלוסט. 2 אונטערגעגאַנגען איז דער פֿרומער פֿון לאַנד, און קײן רעכטפֿאַרטיקער צװישן מענטשן איז ניטאָ; אַלע לױערן זײ אױף בלוט, אײנער דעם אַנדערן פֿאַנגען זײ אין נעץ. 3 אױף שלעכטס טאָן זײַנען די הענט װאָס דאַרפֿן גוטס טאָן; דער שׂרָרה פֿאַרלאַנגט, און דער ריכטער איז פֿאַר באַצאָלט, און דער גרוסיער מאַן, ער רעדט די געריקײט פֿון זײַן זעל; אַזױ האָבן זײ עס פֿאַרדרײט. 4 דער בעסטער פֿון זײ איז װי אַ דאָרן, דער רעכטפֿאַרטיקער, ערגער פֿון אַ שטעכיקער צאַם. דער טאָג פֿון דײַנע זעער, דײַן רעכנשאַפֿט, איז געקומען; אַצונד װעט געשען זײער צעטומלעניש. 5 זאָלט איר ניט גלױבן אין אַ חבֿר, זאָלט איר אײַך ניט פֿאַרזיכערן אױף אַ גוטן פֿרײַנט; פֿון דער װאָס ליגט אין דײַן בוזעם, היט די טירן פֿון דײַן מױל. 6 װאָרום אַ זון באַנַװלט אַ פֿאָטער, אַ טאָכטער שטעלט זיך קעגן איר מוטער, אַ שנור קעגן איר שװיגער, די שָׂונאים פֿון אַ מענטשן זײַנען זײַנע הױזלײַט. 7 אָבער איך קוק אױס אױף יהוה, איך האַר צום גאָט פֿון מײַן הילף, מײַן גאָט װעט מיך צוהערן. 8 ניט פֿרײען זאָלסטו זיך אױף מיר, מײַן שׂוֹנאטע, אַז איך בין געפֿאַלן, װעל איך אױפֿשטײן, אַז איך זיץ אין פֿינצטערניש, איז גאָט מיר אַ ליכט. 9 דעם צאָרן פֿון גאָט װעל איך טראָגן, װאָרום איך האָב געזינדיקט צו אים; ביז ער װעט קריגן מײַן קריג, און װעט טאָן מײַן רעכט; ער װעט מיך אַרױספֿירן אין ליכטיקײט, איך װעל זען זײַן גערעכטיקײט. 10 און מײַן שׂוֹנאטע װעט זען, און אַ בושה װעט זי באַדעקן, די װאָס זאָגט צו מיר: װוּ איז ער, יהוה דײַן גאָט? מײַנע אױגן װעלן זיך אָנזען אױף איר; אַצונד װעט זי צעטראָטן װערן װי קױט פֿון די גאַסן. 11 אַ טאָג װעט זײַן צו בױען דײַנע מױערן, מעג יענער טאָג זײַן זײער װײַט. 12 אַ טאָג װעט דאָס זײַן װען מע װעט קומען צו דיר, פֿון אַשור און די שטעט פֿון מִצרַיִם, און פֿון מִצרַיִם און ביזן טײַך, און פֿון אים ביז אים, און פֿון באַרג ביז באַרג. 13 און די ערד װעט זײַן װיסט פֿאַר אירע באַװױנער, פֿון װעגן דעם פֿרוכט פֿון זײערע מעשׂים. 14 פֿיטער דײַן פֿאָלק מיט דײַן רוט, די שאָף פֿון דײַן אַרב, װאָס װױנען באַזונדער אַ װאַלד אין מיטן כַּרמֶל; לאָזן זײ זיך פֿיטערן אין בשָן און גִלעָד, װי אין די טעג פֿון אַמאָל. 15 װי אין די טעג פֿון דײַן אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם, װעל איך אים װוּנדער באַװײַזן. 16 פֿעלקער װעלן זען און זיך שעמען מיט אַל זײער גבֿורה, זײ װעלן אַרױפֿטאָן די האַנט אױפֿן מױל, זײערע אױערן װעלן טױב װערן. 17 זײ װעלן לעקן דעם שטױב װי אַ שלאַנג, װי די װאָס קריכן אױף דער ערד; זײ װעלן ציטערן פֿון זײערע פֿעסטונגען, צו יהוה אונדזער גאָט װעלן זײ אַנגסטן, און זײ װעלן מוֹרא האָבן פֿאַר דיר. 18 װער איז אַ גאָט װי דו, װאָס פֿאַרגיט זינד, און גײט פֿאַרבײַ דעם פֿאַרברעך פֿון דעם איבערבלײַב פֿון זײַן אַרב? ער האַלט ניט אױף אײביק זײַן צאָרן, װאָרום ער האָט ליב גענאָד. 19 ער װעט אונדז װידער דערבאַרימען, ער װעט פֿאַרדריקן אונדזערע זינד; און װעסט אַרײַנװאַרפֿן אין די טיפֿענישן פֿון אים אַלע זײערע חטאים. 20 װעסט װײַזן טרײַשאַפֿט צו יעקבֿן, חסד צו אַברהמען, װי דו האָסט געשװאָרן אונדזערע עלטערן פֿון די טעג פֿון פֿאַרצײַטן.
עברית
1 אַ֣לְלַי לִ֗י כִּ֤י הָיִ֙יתִי֙ כְּאָסְפֵּי־קַ֔יִץ כְּעֹלְלֹ֖ת בָּצִ֑יר אֵין־אֶשְׁכּ֣וֹל לֶאֱכ֔וֹל בִּכּוּרָ֖ה אִוְּתָ֥ה נַפְשִֽׁי׃ 2 אָבַ֤ד חָסִיד֙ מִן־הָאָ֔רֶץ וְיָשָׁ֥ר בָּאָדָ֖ם אָ֑יִן כֻּלָּם֙ לְדָמִ֣ים יֶאֱרֹ֔בוּ אִ֥ישׁ אֶת־אָחִ֖יהוּ יָצ֥וּדוּ חֵֽרֶם׃ 3 עַל־הָרַ֤ע כַּפַּ֙יִם֙ לְהֵיטִ֔יב הַשַּׂ֣ר שֹׁאֵ֔ל וְהַשֹּׁפֵ֖ט בַּשִׁלּ֑וּם וְהַגָּד֗וֹל דֹּבֵ֨ר הַוַּ֥ת נַפְשׁ֛וֹ ה֖וּא וַֽיְעַבְּתֽוּהָ׃ 4 טוֹבָ֣ם כְּחֵ֔דֶק יָשָׁ֖ר מִמְּסוּכָ֑ה י֤וֹם מְצַפֶּ֙יךָ֙ פְּקֻדָּתְךָ֣ בָ֔אָה עַתָּ֥ה תִהְיֶ֖ה מְבוּכָתָֽם׃ 5 אַל־תַּאֲמִ֣ינוּ בְרֵ֔עַ אַֽל־תִּבְטְח֖וּ בְּאַלּ֑וּף מִשֹּׁכֶ֣בֶת חֵיקֶ֔ךָ שְׁמֹ֖ר פִּתְחֵי־פִֽיךָ׃ 6 כִּֽי־בֵן֙ מְנַבֵּ֣ל אָ֔ב בַּ֚ת קָמָ֣ה בְאִמָּ֔הּ כַּלָּ֖ה בַּחֲמֹתָ֑הּ אֹיְבֵ֥י אִ֖ישׁ אַנְשֵׁ֥י בֵיתֽוֹ׃ 7 וַאֲנִי֙ בַּיהוָ֣ה אֲצַפֶּ֔ה אוֹחִ֖ילָה לֵאלֹהֵ֣י יִשְׁעִ֑י יִשְׁמָעֵ֖נִי אֱלֹהָֽי׃ 8 אַֽל־תִּשְׂמְחִ֤י אֹיַ֙בְתִּי֙ לִ֔י כִּ֥י נָפַ֖לְתִּי קָ֑מְתִּי כִּֽי־אֵשֵׁ֣ב בַּחֹ֔שֶׁךְ יְהוָ֖ה א֥וֹר לִֽי׃   ס 9 זַ֤עַף יְהוָה֙ אֶשָּׂ֔א כִּ֥י חָטָ֖אתִי ל֑וֹ עַד֩ אֲשֶׁ֨ר יָרִ֤יב רִיבִי֙ וְעָשָׂ֣ה מִשְׁפָּטִ֔י יוֹצִיאֵ֣נִי לָא֔וֹר אֶרְאֶ֖ה בְּצִדְקָתֽוֹ׃ 10 וְתֵרֶ֤א אֹיַ֙בְתִּי֙ וּתְכַסֶּ֣הָ בוּשָׁ֔ה הָאֹמְרָ֣ה אֵלַ֔י אַיּ֖וֹ יְהוָ֣ה אֱלֹהָ֑יִךְ עֵינַי֙ תִּרְאֶ֣ינָּה בָּ֔הּ עַתָּ֛ה תִּֽהְיֶ֥ה לְמִרְמָ֖ס כְּטִ֥יט חוּצֽוֹת׃ 11 י֖וֹם לִבְנ֣וֹת גְּדֵרָ֑יִךְ י֥וֹם הַה֖וּא יִרְחַק־חֹֽק׃ 12 י֥וֹם הוּא֙ וְעָדֶ֣יךָ יָב֔וֹא לְמִנִּ֥י אַשּׁ֖וּר וְעָרֵ֣י מָצ֑וֹר וּלְמִנִּ֤י מָצוֹר֙ וְעַד־נָהָ֔ר וְיָ֥ם מִיָּ֖ם וְהַ֥ר הָהָֽר׃ 13 וְהָיְתָ֥ה הָאָ֛רֶץ לִשְׁמָמָ֖ה עַל־יֹֽשְׁבֶ֑יהָ מִפְּרִ֖י מַֽעַלְלֵיהֶֽם׃   ס 14 רְעֵ֧ה עַמְּךָ֣ בְשִׁבְטֶ֗ךָ צֹ֚אן נַֽחֲלָתֶ֔ךָ שֹׁכְנִ֣י לְבָדָ֔ד יַ֖עַר בְּת֣וֹךְ כַּרְמֶ֑ל יִרְע֥וּ בָשָׁ֛ן וְגִלְעָ֖ד כִּימֵ֥י עוֹלָֽם׃ 15 כִּימֵ֥י צֵאתְךָ֖ מֵאֶ֣רֶץ מִצְרָ֑יִם אַרְאֶ֖נּוּ נִפְלָאֽוֹת׃ 16 יִרְא֤וּ גוֹיִם֙ וְיֵבֹ֔שׁוּ מִכֹּ֖ל גְּבֽוּרָתָ֑ם יָשִׂ֤ימוּ יָד֙ עַל־פֶּ֔ה אָזְנֵיהֶ֖ם תֶּחֱרַֽשְׁנָה׃ 17 יְלַחֲכ֤וּ עָפָר֙ כַּנָּחָ֔שׁ כְּזֹחֲלֵ֣י אֶ֔רֶץ יִרְגְּז֖וּ מִמִּסְגְּרֹֽתֵיהֶ֑ם אֶל־יְהוָ֤ה אֱלֹהֵ֙ינוּ֙ יִפְחָ֔דוּ וְיִֽרְא֖וּ מִמֶּֽךָּ׃ 18 מִי־אֵ֣ל כָּמ֗וֹךָ נֹשֵׂ֤א עָוֺן֙ וְעֹבֵ֣ר עַל־פֶּ֔שַׁע לִשְׁאֵרִ֖ית נַחֲלָת֑וֹ לֹא־הֶחֱזִ֤יק לָעַד֙ אַפּ֔וֹ כִּֽי־חָפֵ֥ץ חֶ֖סֶד הֽוּא׃ 19 יָשׁ֣וּב יְרַֽחֲמֵ֔נוּ יִכְבֹּ֖שׁ עֲוֺֽנֹתֵ֑ינוּ וְתַשְׁלִ֛יךְ בִּמְצֻל֥וֹת יָ֖ם כָּל־חַטֹּאותָֽם׃ 20 תִּתֵּ֤ן אֱמֶת֙ לְיַֽעֲקֹ֔ב חֶ֖סֶד לְאַבְרָהָ֑ם אֲשֶׁר־נִשְׁבַּ֥עְתָּ לַאֲבֹתֵ֖ינוּ מִ֥ימֵי קֶֽדֶם׃