Yiddish
Hebrew
אידיש
1 הערט אַקאָרשט צו װאָס גאָט זאָגט: שטײ אױף, טענה פֿאַר די בערג, און זאָלן הערן די הײכן דײַן קָול. 2 הערט צו, איר בערג, דעם קריג פֿון גאָט, און איר מאַכטיקע, די גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד; װאָרום גאָט האָט אַ קריג מיט זײַן פֿאָלק, און מיט ישׂראל װעט ער אַ װיכּוח האָבן. 3 מײַן פֿאָלק, װאָס האָב איך דיר געטאָן? און מיט װאָס האָב איך דיך מיד געמאַכט? זאָג עדות אַקעגן מיר. 4 װאָרום איך האָב דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, און פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט דיך אױסגעלײזט, און דיר פֿאַרױס געשיקט משהן, אַהרֹנען, און מרימען. 5 מײַן פֿאָלק, דערמאָן זיך אַקאָרשט װאָס בלָק דער מלך פֿון מוֹאָב האָט באַראָטן, און װאָס אים האָט געענטפֿערט בלעָם דער זון פֿון בעוֹרן; װאָס איך האָב געטאָן פֿון שִטים ביז גִלגָל, כּדי מע זאָל װיסן די גערעכטיקײט פֿון גאָט. 6 ״מיט װאָס זאָל איך קומען פֿאַר יהוה, זיך בײגן פֿאַר גאָט אין דער הײך? זאָל איך קומען פֿאַר אים מיט בראַנדאָפּפֿער, מיט קעלבער אײניאָריקע? 7 װעט יהוה באַװיליקן טױזנטן װידערס, צען טױזנטן טײַכן מיט אײל? זאָל איך געבן מײַן בכָור פֿאַר מײַן פֿאַרברעך, די פֿרוכט פֿון מײַן לײַב פֿאַר דער זינד פֿון מײַן זעל?״ 8 מע האָט דיר אָנגעזאָגט, מענטש, װאָס איז גוט, און װאָס יהוה פֿאַרלאַנגט פֿון דיר: נאָר בלױז טאָן גערעכטיקײט און ליב האָבן גענאָד, און אומגײן שטיל פֿאַר דײַן גאָט.
9 האָרך! יהוה רופֿט צו דער שטאָט -- און דער קלוגער װעט אַכטן אױף דײַן נאָמען – הערט דעם שטעקן, און װער דאָס האָט באַשערט. 10 קען איך נאָכאַנאַנד פֿאַרגעסן דאָס הױז פֿון דעם אומגערעכטן, די שאַצן פֿון אומרעכט און די קאַרגע מאָס די פֿאַרשאָלטענע? 11 קען איך רײן מאַכן פֿאַר אומגערעכטע װאָגשאָלן, און פֿאַר אַ בײַטל מיט פֿאַלשע װאָגשטײנער? 12 װאָרום אירע רײַכע לײַט זײַנען פֿול מיט רױב, און אירע באַװױנער רעדן פֿאַלש, און זײער צונג איז באַטרוג אין זײער מױל. 13 דרום האָב איך אױך דיך געשלאָגן ביז קראַנק, דיך פֿאַרװיסט פֿאַר דײַנע זינד. 14 דו װעסט עסן און ניט זאַט װערן, און דײַן הונגער װעט זײַן אין דײַנע אינגעװײד; און װעסט טראָגעדיק װערן, און ניט געװינען, און װאָס דו װעסט געװינען װעל איך צום שװערד איבערגעבן. 15 דו װעסט זײען, און ניט שנײַדן, דו װעסט טרעטן אײלבערטן, און זיך ניט זאַלבן מיט אײל, און טרױבנזאַפֿט, און ניט טרינקען קײן װײַן. 16 װײַל אָפּגעהיט װערן די מנהגים פֿון עָמרין, און אַלדי טועניש פֿון אַחאָבֿס הױז, און איר זײַט געגאַנגען אין זײערע עצות; דרום װעל איך דיך מאַכן פֿאַר אַ שרעק, און אירע באַװױנער פֿאַר אַ שמוצערונג; און די שאַנד פֿון מײַן פֿאָלק װעט איר טראָגן.
עברית
1 שִׁמְעוּ־נָ֕א אֵ֥ת אֲשֶׁר־יְהוָ֖ה אֹמֵ֑ר ק֚וּם רִ֣יב אֶת־הֶהָרִ֔ים וְתִשְׁמַ֥עְנָה הַגְּבָע֖וֹת קוֹלֶֽךָ׃ 2 שִׁמְע֤וּ הָרִים֙ אֶת־רִ֣יב יְהוָ֔ה וְהָאֵתָנִ֖ים מֹ֣סְדֵי אָ֑רֶץ כִּ֣י רִ֤יב לַֽיהוָה֙ עִם־עַמּ֔וֹ וְעִם־יִשְׂרָאֵ֖ל יִתְוַכָּֽח׃ 3 עַמִּ֛י מֶה־עָשִׂ֥יתִי לְךָ֖ וּמָ֣ה הֶלְאֵתִ֑יךָ עֲנֵ֥ה בִּֽי׃ 4 כִּ֤י הֶעֱלִתִ֙יךָ֙ מֵאֶ֣רֶץ מִצְרַ֔יִם וּמִבֵּ֥ית עֲבָדִ֖ים פְּדִיתִ֑יךָ וָאֶשְׁלַ֣ח לְפָנֶ֔יךָ אֶת־מֹשֶׁ֖ה אַהֲרֹ֥ן וּמִרְיָֽם׃ 5 עַמִּ֗י זְכָר־נָא֙ מַה־יָּעַ֗ץ בָּלָק֙ מֶ֣לֶךְ מוֹאָ֔ב וּמֶה־עָנָ֥ה אֹת֖וֹ בִּלְעָ֣ם בֶּן־בְּע֑וֹר מִן־הַשִּׁטִּים֙ עַד־הַגִּלְגָּ֔ל לְמַ֕עַן דַּ֖עַת צִדְק֥וֹת יְהוָֽה׃ 6 בַּמָּה֙ אֲקַדֵּ֣ם יְהוָ֔ה אִכַּ֖ף לֵאלֹהֵ֣י מָר֑וֹם הַאֲקַדְּמֶ֣נּוּ בְעוֹל֔וֹת בַּעֲגָלִ֖ים בְּנֵ֥י שָׁנָֽה׃ 7 הֲיִרְצֶ֤ה יְהוָה֙ בְּאַלְפֵ֣י אֵילִ֔ים בְּרִֽבְב֖וֹת נַֽחֲלֵי־שָׁ֑מֶן הַאֶתֵּ֤ן בְּכוֹרִי֙ פִּשְׁעִ֔י פְּרִ֥י בִטְנִ֖י חַטַּ֥את נַפְשִֽׁי׃ 8 הִגִּ֥יד לְךָ֛ אָדָ֖ם מַה־טּ֑וֹב וּמָֽה־יְהוָ֞ה דּוֹרֵ֣שׁ מִמְּךָ֗ כִּ֣י אִם־עֲשׂ֤וֹת מִשְׁפָּט֙ וְאַ֣הֲבַת חֶ֔סֶד וְהַצְנֵ֥עַ לֶ֖כֶת עִם־אֱלֹהֶֽיךָ׃   פ
9 ק֤וֹל יְהוָה֙ לָעִ֣יר יִקְרָ֔א וְתוּשִׁיָּ֖ה יִרְאֶ֣ה שְׁמֶ֑ךָ שִׁמְע֥וּ מַטֶּ֖ה וּמִ֥י יְעָדָֽהּ׃ 10 ע֗וֹד הַאִשׁ֙ בֵּ֣ית רָשָׁ֔ע אֹצְר֖וֹת רֶ֑שַׁע וְאֵיפַ֥ת רָז֖וֹן זְעוּמָֽה׃ 11 הַאֶזְכֶּ֖ה בְּמֹ֣אזְנֵי רֶ֑שַׁע וּבְכִ֖יס אַבְנֵ֥י מִרְמָֽה׃ 12 אֲשֶׁ֤ר עֲשִׁירֶ֙יהָ֙ מָלְא֣וּ חָמָ֔ס וְיֹשְׁבֶ֖יהָ דִּבְּרוּ־שָׁ֑קֶר וּלְשׁוֹנָ֖ם רְמִיָּ֥ה בְּפִיהֶֽם׃ 13 וְגַם־אֲנִ֖י הֶחֱלֵ֣יתִי הַכּוֹתֶ֑ךָ הַשְׁמֵ֖ם עַל־חַטֹּאתֶֽךָ׃ 14 אַתָּ֤ה תֹאכַל֙ וְלֹ֣א תִשְׂבָּ֔ע וְיֶשְׁחֲךָ֖ בְּקִרְבֶּ֑ךָ וְתַסֵּג֙ וְלֹ֣א תַפְלִ֔יט וַאֲשֶׁ֥ר תְּפַלֵּ֖ט לַחֶ֥רֶב אֶתֵּֽן׃ 15 אַתָּ֥ה תִזְרַ֖ע וְלֹ֣א תִקְצ֑וֹר אַתָּ֤ה תִדְרֹֽךְ־זַ֙יִת֙ וְלֹא־תָס֣וּךְ שֶׁ֔מֶן וְתִיר֖וֹשׁ וְלֹ֥א תִשְׁתֶּה־יָּֽיִן׃ 16 וְיִשְׁתַּמֵּ֞ר חֻקּ֣וֹת עָמְרִ֗י וְכֹל֙ מַעֲשֵׂ֣ה בֵית־אַחְאָ֔ב וַתֵּלְכ֖וּ בְּמֹֽעֲצוֹתָ֑ם לְמַעַן֩ תִּתִּ֨י אֹתְךָ֜ לְשַׁמָּ֗ה וְיֹשְׁבֶ֙יהָ֙ לִשְׁרֵקָ֔ה וְחֶרְפַּ֥ת עַמִּ֖י תִּשָּֽׂאוּ׃   פ