Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און עס װעט זײַן אין סָוף פֿון די טעג, װעט שטײן פֿעסט דער באַרג פֿון גאָטס הױז, אױבנאָן פֿון די בערג, און ער װעט זײַן דערהױבן איבער די הײכן; און אומות װעלן צו אים שטראָמען. 2 און פֿיל פֿעלקער װעלן גײן און װעלן זאָגן: קומט און לאָמיר אַרױפֿגײן צום באַרג פֿון יהוה, און צום הױז פֿון דעם גאָט פֿון יעקבֿ, און ער װעט אונדז לערנען פֿון זײַנע װעגן, און מיר װעלן גײן אין זײַנע שטעגן; װאָרום פֿון צִיוֹן װעט אַרױסגײן אַ תּוֹרה, און גאָטס װאָרט פֿון ירושָלַיִם. 3 און ער װעט משפּטן צװישן פֿיל אומות, און אַנטשײדן איבער מאַכטיקע פֿעלקער ביז אין דער װײַט; און זײ װעלן איבערשמידן זײערע שװערדן אױף אַקעראײַזנס, און זײערע שפּיזן אױף צװײַגמעסערס; אַ פֿאָלק קעגן אַ פֿאָלק װעט ניט הײבן אַ שװערד, און מע װעט ניט מער לערנען מלחמה. 4 און זײ װעלן זיצן איטלעכער אונטער זײַן װײַנשטאָק און אונטער זײַן פֿײַגנבױם, און קײַנער װעט ניט שרעקן; װאָרום דאָס מױל פֿון גאָט פֿון צבָֿאוֹת האָט גערעדט. 5 װאָרום אַלע פֿעלקער מעגן גײן איטלעכס אין נאָמען פֿון זײַן גאָט, אָבער מיר װעלן גײן אין נאָמען פֿון יהוה אונדזער גאָט אױף אײביק און שטענדיק.
6 אין יענעם טאָג, זאָגט גאָט, װעל איך אײַנזאַמלען די װאָס הינקט, און צונױפֿקלײַבן די װאָס איז פֿאַרשטױסן, און די װעמען איך האָב שלעכטס געטאָן. 7 און איך װעל מאַכן די הינקעדיקע פֿאַר אַן איבערבלײַב, און די דערװײַטערטע פֿאַר אַ מאַכטיקן פֿאָלק, און גאָט װעט קיניגן איבער זײ אױפֿן באַרג צִיוֹן פֿון אַצונד און ביז אײביק.
8 און דו מִגדַל-עֵדֶר, פֿעסטונגבאַרג פֿון טאָכטער צִיוֹן, צו דיר װעט עס אָנקומען; יאָ, קומען װעט די פֿריערדיקע ממשלה, די מלוכה פֿון טאָכטער ירושָלַיִם. 9 אַצונד נאָך װאָס שרײַסטו מיט געשרײען? איז קײן מלך ניטאָ אין דיר, איז דײַן בעל-יוֹעץ אונטערגעגאַנגען, װאָס װײעניש האָט דיך אָנגענומען װי אַ געװינערין? 10 דרײ זיך און האָב װײען, טאָכטער צִיוֹן, אַזױ װי אַ געװינערין, װאָרום אַצונד װעסטו אַרױסגײן פֿון דער שטאָט, און װעסט װױנען אין פֿעלד, און װעסט קומען קײן בבֿל; דאָרטן װעסטו ניצול װערן, דאָרטן װעט דיך אױסלײזן גאָט פֿון דער האַנט פֿון דײַנע פֿײַנט. 11 און אַצונד האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אױף דיר פֿיל פֿעלקער, װאָס זאָגן: זאָל זי פֿאַרשװעכט װערן, און זאָל אונדזער אױג זיך אָנקוקן אױף צִיוֹן. 12 אָבער זײ װײסן ניט די טראַכטונגען פֿון גאָט, און זײ פֿאַרשטײען ניט זײַן באַראָט, אַז ער האָט זײ אײַנגעזאַמלט װי אַ גאַרב אין שײַער. 13 שטײ אױף און דרעש, טאָכטער צִיוֹן, װאָרום דײַן האָרן װעל איך מאַכן אײַזן, און דײַנע קלױען װעל איך מאַכן קופּער, און װעסט צעשטױסן פֿיל פֿעלקער, און מאַכן חרם צו גאָט זײער רױב, און זײער פֿאַרמעג צום האַר פֿון דער גאַנצער ערד. 14 אַצונד װעסטו זיך דעם לײַב שנײַדן, טאָכטער פֿון מחנות, אַ באַלעגערונג האָט מען געמאַכט אױף אונדז; מיט אַ רוט אױפֿן באַק שלאָגט מען דעם ריכטער פֿון ישׂראל.
עברית
1 וְהָיָ֣ה בְּאַחֲרִ֣ית הַיָּמִ֗ים יִ֠הְיֶה הַ֣ר בֵּית־יְהוָ֤ה נָכוֹן֙ בְּרֹ֣אשׁ הֶהָרִ֔ים וְנִשָּׂ֥א ה֖וּא מִגְּבָע֑וֹת וְנָהֲר֥וּ עָלָ֖יו עַמִּֽים׃ 2 וְֽהָלְכ֞וּ גּוֹיִ֣ם רַבִּ֗ים וְאָֽמְרוּ֙ לְכ֣וּ וְנַעֲלֶ֣ה אֶל־הַר־יְהוָ֗ה וְאֶל־בֵּית֙ אֱלֹהֵ֣י יַעֲקֹ֔ב וְיוֹרֵ֙נוּ֙ מִדְּרָכָ֔יו וְנֵלְכָ֖ה בְּאֹֽרְחֹתָ֑יו כִּ֤י מִצִּיּוֹן֙ תֵּצֵ֣א תוֹרָ֔ה וּדְבַר־יְהוָ֖ה מִירוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 3 וְשָׁפַ֗ט בֵּ֚ין עַמִּ֣ים רַבִּ֔ים וְהוֹכִ֛יחַ לְגוֹיִ֥ם עֲצֻמִ֖ים עַד־רָח֑וֹק וְכִתְּת֨וּ חַרְבֹתֵיהֶ֜ם לְאִתִּ֗ים וַחֲנִיתֹֽתֵיהֶם֙ לְמַזְמֵר֔וֹת לֹֽא־יִשְׂא֞וּ גּ֤וֹי אֶל־גּוֹי֙ חֶ֔רֶב וְלֹא־יִלְמְד֥וּן ע֖וֹד מִלְחָמָֽה׃ 4 וְיָשְׁב֗וּ אִ֣ישׁ תַּ֧חַת גַּפְנ֛וֹ וְתַ֥חַת תְּאֵנָת֖וֹ וְאֵ֣ין מַחֲרִ֑יד כִּי־פִ֛י יְהוָ֥ה צְבָא֖וֹת דִּבֵּֽר׃ 5 כִּ֚י כָּל־הָ֣עַמִּ֔ים יֵלְכ֕וּ אִ֖ישׁ בְּשֵׁ֣ם אֱלֹהָ֑יו וַאֲנַ֗חְנוּ נֵלֵ֛ךְ בְּשֵׁם־יְהוָ֥ה אֱלֹהֵ֖ינוּ לְעוֹלָ֥ם וָעֶֽד׃   פ
6 בַּיּ֨וֹם הַה֜וּא נְאֻם־יְהוָ֗ה אֹֽסְפָה֙ הַצֹּ֣לֵעָ֔ה וְהַנִּדָּחָ֖ה אֲקַבֵּ֑צָה וַאֲשֶׁ֖ר הֲרֵעֹֽתִי׃ 7 וְשַׂמְתִּ֤י אֶת־הַצֹּֽלֵעָה֙ לִשְׁאֵרִ֔ית וְהַנַּהֲלָאָ֖ה לְג֣וֹי עָצ֑וּם וּמָלַ֨ךְ יְהוָ֤ה עֲלֵיהֶם֙ בְּהַ֣ר צִיּ֔וֹן מֵעַתָּ֖ה וְעַד־עוֹלָֽם׃   פ
8 וְאַתָּ֣ה מִגְדַּל־עֵ֗דֶר עֹ֛פֶל בַּת־צִיּ֖וֹן עָדֶ֣יךָ תֵּאתֶ֑ה וּבָאָ֗ה הַמֶּמְשָׁלָה֙ הָרִ֣אשֹׁנָ֔ה מַמְלֶ֖כֶת לְבַ֥ת־יְרוּשָׁלָֽ͏ִם׃ 9 עַתָּ֕ה לָ֥מָּה תָרִ֖יעִי רֵ֑עַ הֲמֶ֣לֶךְ אֵֽין־בָּ֗ךְ אִֽם־יוֹעֲצֵךְ֙ אָבָ֔ד כִּֽי־הֶחֱזִיקֵ֥ךְ חִ֖יל כַּיּוֹלֵדָֽה׃ 10 ח֧וּלִי וָגֹ֛חִי בַּת־צִיּ֖וֹן כַּיּֽוֹלֵדָ֑ה כִּֽי־עַתָּה֩ תֵצְאִ֨י מִקִּרְיָ֜ה וְשָׁכַ֣נְתְּ בַּשָּׂדֶ֗ה וּבָ֤את עַד־בָּבֶל֙ שָׁ֣ם תִּנָּצֵ֔לִי שָׁ֚ם יִגְאָלֵ֣ךְ יְהוָ֔ה מִכַּ֖ף אֹיְבָֽיִךְ׃ 11 וְעַתָּ֛ה נֶאֶסְפ֥וּ עָלַ֖יִךְ גּוֹיִ֣ם רַבִּ֑ים הָאֹמְרִ֣ים תֶּחֱנָ֔ף וְתַ֥חַז בְּצִיּ֖וֹן עֵינֵֽינוּ׃ 12 וְהֵ֗מָּה לֹ֤א יָֽדְעוּ֙ מַחְשְׁב֣וֹת יְהוָ֔ה וְלֹ֥א הֵבִ֖ינוּ עֲצָת֑וֹ כִּ֥י קִבְּצָ֖ם כֶּעָמִ֥יר גֹּֽרְנָה׃ 13 ק֧וּמִי וָד֣וֹשִׁי בַת־צִיּ֗וֹן כִּֽי־קַרְנֵ֞ךְ אָשִׂ֤ים בַּרְזֶל֙ וּפַרְסֹתַ֙יִךְ֙ אָשִׂ֣ים נְחוּשָׁ֔ה וַהֲדִקּ֖וֹת עַמִּ֣ים רַבִּ֑ים וְהַחֲרַמְתִּ֤י לַֽיהוָה֙ בִּצְעָ֔ם וְחֵילָ֖ם לַאֲד֥וֹן כָּל־הָאָֽרֶץ׃ 14 עַתָּה֙ תִּתְגֹּדְדִ֣י בַת־גְּד֔וּד מָצ֖וֹר שָׂ֣ם עָלֵ֑ינוּ בַּשֵּׁ֙בֶט֙ יַכּ֣וּ עַֽל־הַלְּחִ֔י אֵ֖ת שֹׁפֵ֥ט יִשְׂרָאֵֽל׃   ס