Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן: 2 אין ערשטן טאָג פֿון ערשטן חוֹדש זאָלסטו אױפֿשטעלן דעם מִשכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד. 3 און זאָלסט אַרײַנטאָן אַהין דעם אָרון פֿון געזעץ, און פֿאַרהענגען דעם אָרון מיטן פָּרוֹכֶת. 4 און זאָלסט אַרײַנברענגען דעם טיש, און אױסלײגן זײַן אױסלײגונג; 5 און זאָלסט אַרײַנברענגען די מנוֹרה, און אָנצינדן אירע רערלעך. און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם גילדערנעם מזבח פֿאַר װײַרױך, פֿאַר דעם אָרון פֿון געזעץ, און אַרױפֿטאָן דעם טירפֿאָרהאַנג צום מִשכּן. 6 און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, פֿאַר דעם אײַנגאַנג פֿון דעם מִשכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד. 7 און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם האַנטפֿאַס צװישן אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח, און אַרײַנטאָן אַהין װאַסער. 8 און זאָלסט אױפֿשטעלן דעם הױף רונד אַרום, און אַרױפֿטאָן דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף. 9 און זאָלסט נעמען דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און זאַלבן דעם מִשכּן, און אַלץ װאָס אין אים, און הײליקן אים און אַלע זײַנע זאַכן, און ער זאָל זײַן הײליק. 10 און זאָלסט זאַלבן דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, און אַלע זײַנע כּלים, און הײליקן דעם מזבח; און דער מזבח זאָל זײַן אַ הײליקסטע הײלקײט. 11 און זאָלסט זאַלבן דעם האַנטפֿאַס און זײַן געשטעל, און אים הײליקן. 12 און זאָלסט מאַכן גענענען אַהרֹנען און זײַנע זין צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זײ װאַשן מיט װאַסער. 13 און זאָלסט אָנטאָן אַהרֹנען די הײליקע קלײדער, און זאָלסט אים זאַלבן, און אים הײליקן, אַז ער זאָל זײַן אַ כֹּהן צו מיר. 14 און זאָלסט מאַכן גענענען זײַנע זין, און זײ אָנטאָן העמדלעך. 15 און זאָלסט זײ זאַלבן, אַזױ װי דו האָסט געזאַלבט זײער פֿאָטער, אַז זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר; און זײער זאַלבונג זאָל זײ זײַן פֿאַר אַן אײביקער כּהונה אױף זײערע דוֹר-דוֹרות. 16 און משה האָט דאָס געטאָן; אַזױ װי אַלץ װאָס גאָט האָט אים באַפֿױלן, אַזױ האָט ער געטאָן. 17 און עס איז געװען אין ערשטן חודש אין צװײטן יאָר, אין ערשטן טאָג פֿון חוֹדש, איז אױפֿגעשטעלט געװאָרן דער מִשכּן. 18 און משה האָט אױפֿגעשטעלט דעם מִשכּן: ער האָט אַװעקגעלײגט זײַנע שװעלן, און אַרײַנגעטאָן זײַנע ברעטער, און אַרײַנגעצױגן זײַנע ריגלען, און אױפֿגעשטעלט זײַנע זײַלן. 19 און ער האָט פֿאַרשפּרײט דאָס געצעלט איבערן מִשכּן, און אַרױפֿגעטאָן דעם צודעק פֿון געצעלט אױבן איבער אים, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן. 20 און ער האָט גענומען און אַרײַנגעלײגט דאָס געזעץ אין דעם אָרון, און אַרױפֿגעטאָן די שטאַנגען אױפֿן אָרון, און אַרױפֿגעלײגט דעם דעק אױבן איבערן אָרון. 21 און ער האָט אַרײַנגעבראַכט דעם אָרון אין מִשכּן, און אַרױפֿגעטאָן דעם פָּרוֹכֶת פֿון צװישנשײד, און פֿאַרהאַנגען דעם אָרון פֿון געזעץ, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן. 22 און ער האָט אַרײַנגעשטעלט דעם טיש אין אוֹהל-מוֹעד, אין צפֿון-זײַט מִשכּן, דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת. 23 און ער האָט אױסגעלײגט אױף אים אַן אױסלײגונג פֿון ברױט, פֿאַר גאָט, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן. 24 און ער האָט אַװעקגעשטעלט די מנוֹרה אין אוֹהל-מוֹעד אַקעגן דעם טיש אין דָרום-זײַט מִשכּן. 25 און ער האָט אָנגעצונדן די רערלעך פֿאַר גאָט, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן. 26 און ער האָט אַװעקגעשטעלט דעם גילדערנעם מזבח אין אוֹהל-מוֹעד פֿאַרן פָּרוֹכֶת. 27 און ער האָט גערײכערט אױף אים װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן.
28 און ער האָט אַרױפֿגעטאָן דעם טירפֿאָרהאַנג צום מִשכּן. 29 און דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער האָט ער אַװעקגעשטעלט בײַם אײַנגאַנג פֿון דעם מִשכּן פֿון אוֹהל-מוֹעד, און אױפֿגעבראַכט אױף אים דאָס בראַנדאָפּפֿער און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן. 30 און ער האָט אַװעקגעשטעלט דעם האַנטפֿאַס צװישן אוֹהל-מוֹעד און צװישן מזבח, און אַרײַנגעטאָן אַהין װאַסער, זיך צו װאַשן – 31 כּדי משה און אַהרן און זײַנע זין זאָלן דערפֿון װאַשן זײערע הענט און זײערע פֿיס; 32 װען זײ קומען אין אוֹהל-מוֹעד, און װען זײ גענענען צום מזבח, זאָלן זײ זיך װאַשן – אַזױ װי גאָט האָט משהן באַפֿױלן. 33 און ער האָט אױפֿגעשטעלט דעם הױף רונד אַרום דעם מִשכּן און דעם מזבח, און אַרױפֿגעטאָן דעם טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף. און משה האָט געענדיקט די אַרבעט.
34 און דער װאָלקן האָט אײַנגעדעקט דעם אוֹהל-מוֹעד, און די פּראַכט פֿון גאָט האָט אָנגעפֿילט דעם מִשכּן. 35 און משה האָט ניט געקענט אַרײַנגײן אין אוֹהל-מוֹעד, װײַל דער װאָלקן האָט אױף אים גערוט, און די פּראַכט פֿון גאָט האָט אָנגעפֿילט דעם מִשכּן. 36 און װען דער װאָלקן האָט זיך אױפֿגעהױבן פֿון מִשכּן, פֿלעגן די קינדער פֿון ישׂראל ציען אױף אַלע זײערע ציִונגען. 37 און אַז דער װאָלקן פֿלעגט זיך ניט אױפֿהײבן, פֿלעגן זײ ניט ציען, ביז דעם טאָג װאָס ער האָט זיך אױפֿגעהױבן. 38 װאָרום דער װאָלקן פֿון גאָט איז געװען אױפֿן מִשכּן בײַ טאָג, און אַ פֿײַער פֿלעגט זײַן דרינען בײַ נאַכט, פֿאַר די אױגן פֿון דעם גאַנצן הױז פֿון ישׂראל, אין אַלע זײערע ציִונגען.
עברית
1 וַיְדַבֵּ֥ר יְהוָ֖ה אֶל־מֹשֶׁ֥ה לֵּאמֹֽר׃ 2 בְּיוֹם־הַחֹ֥דֶשׁ הָרִאשׁ֖וֹן בְּאֶחָ֣ד לַחֹ֑דֶשׁ תָּקִ֕ים אֶת־מִשְׁכַּ֖ן אֹ֥הֶל מוֹעֵֽד׃ 3 וְשַׂמְתָּ֣ שָׁ֔ם אֵ֖ת אֲר֣וֹן הָעֵד֑וּת וְסַכֹּתָ֥ עַל־הָאָרֹ֖ן אֶת־הַפָּרֹֽכֶת׃ 4 וְהֵבֵאתָ֙ אֶת־הַשֻּׁלְחָ֔ן וְעָרַכְתָּ֖ אֶת־עֶרְכּ֑וֹ וְהֵבֵאתָ֙ אֶת־הַמְּנֹרָ֔ה וְהַעֲלֵיתָ֖ אֶת־נֵרֹתֶֽיהָ׃ 5 וְנָתַתָּ֞ה אֶת־מִזְבַּ֤ח הַזָּהָב֙ לִקְטֹ֔רֶת לִפְנֵ֖י אֲר֣וֹן הָעֵדֻ֑ת וְשַׂמְתָּ֛ אֶת־מָסַ֥ךְ הַפֶּ֖תַח לַמִּשְׁכָּֽן׃ 6 וְנָ֣תַתָּ֔ה אֵ֖ת מִזְבַּ֣ח הָעֹלָ֑ה לִפְנֵ֕י פֶּ֖תַח מִשְׁכַּ֥ן אֹֽהֶל־מוֹעֵֽד׃ 7 וְנָֽתַתָּ֙ אֶת־הַכִּיֹּ֔ר בֵּֽין־אֹ֥הֶל מוֹעֵ֖ד וּבֵ֣ין הַמִּזְבֵּ֑חַ וְנָתַתָּ֥ שָׁ֖ם מָֽיִם׃ 8 וְשַׂמְתָּ֥ אֶת־הֶחָצֵ֖ר סָבִ֑יב וְנָ֣תַתָּ֔ אֶת־מָסַ֖ךְ שַׁ֥עַר הֶחָצֵֽר׃ 9 וְלָקַחְתָּ֙ אֶת־שֶׁ֣מֶן הַמִּשְׁחָ֔ה וּמָשַׁחְתָּ֥ אֶת־הַמִּשְׁכָּ֖ן וְאֶת־כָּל־אֲשֶׁר־בּ֑וֹ וְקִדַּשְׁתָּ֥ אֹת֛וֹ וְאֶת־כָּל־כֵּלָ֖יו וְהָ֥יָה קֹֽדֶשׁ׃ 10 וּמָשַׁחְתָּ֛ אֶת־מִזְבַּ֥ח הָעֹלָ֖ה וְאֶת־כָּל־כֵּלָ֑יו וְקִדַּשְׁתָּ֙ אֶת־הַמִּזְבֵּ֔חַ וְהָיָ֥ה הַמִּזְבֵּ֖חַ קֹ֥דֶשׁ קֽ͏ָדָשִֽׁים׃ 11 וּמָשַׁחְתָּ֥ אֶת־הַכִּיֹּ֖ר וְאֶת־כַּנּ֑וֹ וְקִדַּשְׁתָּ֖ אֹתֽוֹ׃ 12 וְהִקְרַבְתָּ֤ אֶֽת־אַהֲרֹן֙ וְאֶת־בָּנָ֔יו אֶל־פֶּ֖תַח אֹ֣הֶל מוֹעֵ֑ד וְרָחַצְתָּ֥ אֹתָ֖ם בַּמָּֽיִם׃ 13 וְהִלְבַּשְׁתָּ֙ אֶֽת־אַהֲרֹ֔ן אֵ֖ת בִּגְדֵ֣י הַקֹּ֑דֶשׁ וּמָשַׁחְתָּ֥ אֹת֛וֹ וְקִדַּשְׁתָּ֥ אֹת֖וֹ וְכִהֵ֥ן לִֽי׃ 14 וְאֶת־בָּנָ֖יו תַּקְרִ֑יב וְהִלְבַּשְׁתָּ֥ אֹתָ֖ם כֻּתֳּנֹֽת׃ 15 וּמָשַׁחְתָּ֣ אֹתָ֗ם כַּאֲשֶׁ֤ר מָשַׁ֙חְתָּ֙ אֶת־אֲבִיהֶ֔ם וְכִהֲנ֖וּ לִ֑י וְ֠הָיְתָה לִהְיֹ֨ת לָהֶ֧ם מָשְׁחָתָ֛ם לִכְהֻנַּ֥ת עוֹלָ֖ם לְדֹרֹתָֽם׃ 16 וַיַּ֖עַשׂ מֹשֶׁ֑ה כְּ֠כֹל אֲשֶׁ֨ר צִוָּ֧ה יְהוָ֛ה אֹת֖וֹ כֵּ֥ן עָשָֽׂה׃   ס 17 וַיְהִ֞י בַּחֹ֧דֶשׁ הָרִאשׁ֛וֹן בַּשָּׁנָ֥ה הַשֵּׁנִ֖ית בְּאֶחָ֣ד לַחֹ֑דֶשׁ הוּקַ֖ם הַמִּשְׁכָּֽן׃ 18 וַיָּ֨קֶם מֹשֶׁ֜ה אֶת־הַמִּשְׁכָּ֗ן וַיִּתֵּן֙ אֶת־אֲדָנָ֔יו וַיָּ֙שֶׂם֙ אֶת־קְרָשָׁ֔יו וַיִּתֵּ֖ן אֶת־בְּרִיחָ֑יו וַיָּ֖קֶם אֶת־עַמּוּדָֽיו׃ 19 וַיִּפְרֹ֤שׂ אֶת־הָאֹ֙הֶל֙ עַל־הַמִּשְׁכָּ֔ן וַיָּ֜שֶׂם אֶת־מִכְסֵ֥ה הָאֹ֛הֶל עָלָ֖יו מִלְמָ֑עְלָה כַּאֲשֶׁ֛ר צִוָּ֥ה יְהוָ֖ה אֶת־מֹשֶֽׁה׃   ס 20 וַיִּקַּ֞ח וַיִּתֵּ֤ן אֶת־הָעֵדֻת֙ אֶל־הָ֣אָרֹ֔ן וַיָּ֥שֶׂם אֶת־הַבַּדִּ֖ים עַל־הָאָרֹ֑ן וַיִּתֵּ֧ן אֶת־הַכַּפֹּ֛רֶת עַל־הָאָרֹ֖ן מִלְמָֽעְלָה׃ 21 וַיָּבֵ֣א אֶת־הָאָרֹן֮ אֶל־הַמִּשְׁכָּן֒ וַיָּ֗שֶׂם אֵ֚ת פָּרֹ֣כֶת הַמָּסָ֔ךְ וַיָּ֕סֶךְ עַ֖ל אֲר֣וֹן הָעֵד֑וּת כַּאֲשֶׁ֛ר צִוָּ֥ה יְהוָ֖ה אֶת־מֹשֶֽׁה׃   ס 22 וַיִּתֵּ֤ן אֶת־הַשֻּׁלְחָן֙ בְּאֹ֣הֶל מוֹעֵ֔ד עַ֛ל יֶ֥רֶךְ הַמִּשְׁכָּ֖ן צָפֹ֑נָה מִח֖וּץ לַפָּרֹֽכֶת׃ 23 וַיַּעֲרֹ֥ךְ עָלָ֛יו עֵ֥רֶךְ לֶ֖חֶם לִפְנֵ֣י יְהוָ֑ה כַּאֲשֶׁ֛ר צִוָּ֥ה יְהוָ֖ה אֶת־מֹשֶֽׁה׃   ס 24 וַיָּ֤שֶׂם אֶת־הַמְּנֹרָה֙ בְּאֹ֣הֶל מוֹעֵ֔ד נֹ֖כַח הַשֻּׁלְחָ֑ן עַ֛ל יֶ֥רֶךְ הַמִּשְׁכָּ֖ן נֶֽגְבָּה׃ 25 וַיַּ֥עַל הַנֵּרֹ֖ת לִפְנֵ֣י יְהוָ֑ה כַּאֲשֶׁ֛ר צִוָּ֥ה יְהוָ֖ה אֶת־מֹשֶֽׁה׃   ס 26 וַיָּ֛שֶׂם אֶת־מִזְבַּ֥ח הַזָּהָ֖ב בְּאֹ֣הֶל מוֹעֵ֑ד לִפְנֵ֖י הַפָּרֹֽכֶת׃ 27 וַיַּקְטֵ֥ר עָלָ֖יו קְטֹ֣רֶת סַמִּ֑ים כַּאֲשֶׁ֛ר צִוָּ֥ה יְהוָ֖ה אֶת־מֹשֶֽׁה׃   פ
28 וַיָּ֛שֶׂם אֶת־מָסַ֥ךְ הַפֶּ֖תַח לַמִּשְׁכָּֽן׃ 29 וְאֵת֙ מִזְבַּ֣ח הָעֹלָ֔ה שָׂ֕ם פֶּ֖תַח מִשְׁכַּ֣ן אֹֽהֶל־מוֹעֵ֑ד וַיַּ֣עַל עָלָ֗יו אֶת־הָעֹלָה֙ וְאֶת־הַמִּנְחָ֔ה כַּאֲשֶׁ֛ר צִוָּ֥ה יְהוָ֖ה אֶת־מֹשֶֽׁה׃   ס 30 וַיָּ֙שֶׂם֙ אֶת־הַכִּיֹּ֔ר בֵּֽין־אֹ֥הֶל מוֹעֵ֖ד וּבֵ֣ין הַמִּזְבֵּ֑חַ וַיִּתֵּ֥ן שָׁ֛מָּה מַ֖יִם לְרָחְצָֽה׃ 31 וְרָחֲצ֣וּ מִמֶּ֔נּוּ מֹשֶׁ֖ה וְאַהֲרֹ֣ן וּבָנָ֑יו אֶת־יְדֵיהֶ֖ם וְאֶת־רַגְלֵיהֶֽם׃ 32 בְּבֹאָ֞ם אֶל־אֹ֣הֶל מוֹעֵ֗ד וּבְקָרְבָתָ֛ם אֶל־הַמִּזְבֵּ֖חַ יִרְחָ֑צוּ כַּאֲשֶׁ֛ר צִוָּ֥ה יְהוָ֖ה אֶת־מֹשֶֽׁה׃   ס 33 וַיָּ֣קֶם אֶת־הֶחָצֵ֗ר סָבִיב֙ לַמִּשְׁכָּ֣ן וְלַמִּזְבֵּ֔חַ וַיִּתֵּ֕ן אֶת־מָסַ֖ךְ שַׁ֣עַר הֶחָצֵ֑ר וַיְכַ֥ל מֹשֶׁ֖ה אֶת־הַמְּלָאכָֽה׃   פ
34 וַיְכַ֥ס הֶעָנָ֖ן אֶת־אֹ֣הֶל מוֹעֵ֑ד וּכְב֣וֹד יְהוָ֔ה מָלֵ֖א אֶת־הַמִּשְׁכָּֽן׃ 35 וְלֹא־יָכֹ֣ל מֹשֶׁ֗ה לָבוֹא֙ אֶל־אֹ֣הֶל מוֹעֵ֔ד כִּֽי־שָׁכַ֥ן עָלָ֖יו הֶעָנָ֑ן וּכְב֣וֹד יְהוָ֔ה מָלֵ֖א אֶת־הַמִּשְׁכָּֽן׃ 36 וּבְהֵעָל֤וֹת הֶֽעָנָן֙ מֵעַ֣ל הַמִּשְׁכָּ֔ן יִסְע֖וּ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל בְּכֹ֖ל מַסְעֵיהֶֽם׃ 37 וְאִם־לֹ֥א יֵעָלֶ֖ה הֶעָנָ֑ן וְלֹ֣א יִסְע֔וּ עַד־י֖וֹם הֵעָלֹתֽוֹ׃ 38 כִּי֩ עֲנַ֨ן יְהוָ֤ה עַֽל־הַמִּשְׁכָּן֙ יוֹמָ֔ם וְאֵ֕שׁ תִּהְיֶ֥ה לַ֖יְלָה בּ֑וֹ לְעֵינֵ֥י כָל־בֵּֽית־יִשְׂרָאֵ֖ל בְּכָל־מַסְעֵיהֶֽם׃