אידיש
1
און ער האָט געמאַכט דעם מזבח פֿאַר בראַנדאָפּפֿער, פֿון שִטים-האָלץ, פֿינף אײלן זײַן לענג, און פֿינף אײלן זײַן ברײט, פֿירעקעכדיק, און דרײַ אײלן זײַן הײך.
2
און ער האָט געמאַכט זײַנע הערנער אױף זײַנע פֿיר װינקלען; פֿון אים גופֿא זײַנען געװען זײַנע הערנער; און ער האָט אים איבערגעצױגן מיט קופּער.
3
און ער האָט געמאַכט אַלע כּלים פֿון מזבח, די טעףּ, און די שופֿלען, און די שפּרענגבעקנס, די גאָפּלען, און די פֿײַערפֿאַנען; אַלע זײַנע כּלים האָט ער געמאַכט פֿון קופּער.
4
און ער האָט געמאַכט צום מזבח אַ קופּערנע זיףּ פֿון נעצאַרבעט אונטער זײַן געזימס, פֿון אונטן ביז זײַן העלפֿט.
5
און ער האָט אױסגעגאָסן פֿיר רינגען פֿאַר די פֿיר עקן פֿון דער קופּערנער זיףּ, אױערן פֿאַר די שטאַנגען.
6
און ער האָט געמאַכט די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערגעצױגן מיט קופּער.
7
און ער האָט אַרײַנגעצױגן די שטאַנגען אין די רינגען אױף די זײַטן פֿון מזבח, אים צו טראָגן אױף זײ; הױל אינעװײניק, פֿון ברעטער, האָט ער אים געמאַכט.
8
און ער האָט געמאַכט דעם האַנטפֿאַס פֿון קופּער, און זײַן געשטעל פֿון קופּער, פֿון די שפּיגלען פֿון די װײַבער װאָס פֿלעגן זיך אײַנזאַמלען בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
9
און ער האָט געמאַכט דעם הױף: פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום, אַרומהאַנגען פֿון הױף פֿון געדרײַטן לײַנען, הונדערט אײלן;
10
די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער.
11
און פֿאַר דער צפֿון-זײַט, הונדערט אײלן; די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער.
12
און פֿאַר דער מערבֿ-זײַט, אַרומהאַנגען פֿון פֿופֿציק אײלן; די זײַלן דערצו צען, און זײערע שװעלן צען; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער.
13
און פֿאַר דער מזרח-זײַט צו זונאױפֿגאַנג, פֿופֿציק אײלן.
14
אַרומהאַנגען פֿאַר אײן זײַט פֿון טױער, פֿופֿצן אײלן; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ.
15
און אַזױ אױף דער צװײטער זײַט; אי אױף דער זײַט אי אױף דער אַנדער זײַט פֿון טױער פֿון הױף אַרומהאַנגען פֿופֿצן אײלן; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ.
16
אַלע אַרומהאַנגען פֿון הױף רונד אַרום, פֿון געדרײַטן לײַנען.
17
און די שװעלן צו די זײַלן, פֿון קופּער: די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער; און דער איבערצוג פֿון זײערע קעףּ, פֿון זילבער; און זײ זײַנען געװען אַרומגערײפֿט מיט זילבער, אַלע זײַלן פֿון הױף.
18
און דער טױערפֿאָרהאַנג פֿון הױף איז געװען געשטיקטע אַרבעט, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען; און צװאַנציק אײלן די לענג, און די הײך – פֿאַר ברײט – פֿינף אײלן, גלײַך מיט די אַרומהאַנגען פֿון הױף.
19
און די זײַלן דערצו פֿיר, און זײערע שװעלן פֿיר, פֿון קופּער; זײערע העקלעך, פֿון זילבער, דער איבערצוג פֿון זײערע קעףּ,
20
און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער; און אַלע פֿלעקלעך פֿון מִשכּן און פֿון הױף רונד אַרום, פֿון קופּער.
21
דאָס זײַנען די איבערצײלונגען פֿון מִשכּן, דעם מִשכן פֿון געזעץ, װאָס זײַנען איבערגעצײלט געװאָרן לױט דעם מױל פֿון משהן דורך דער אַרבעט פֿון די לוִיִים אונטער דער האַנט פֿון איתָמָר דעם זון פֿון אַהרן דעם כֹּהן. –
22
און בצַלאֵל דער זון פֿון אורי דעם זון פֿון חורן, פֿון שבֿט יהודה, האָט געמאַכט אַלץ װאָס גאָט האָט באַפֿױלן משהן.
23
און מיט אים איז געװען אָהליאָב דער זון פֿון אַחיסָמָכן, פֿון שבֿט דָן, אַ מײנסטער, און אַ קינצלער, און אַ שטיקער אין בלאָער װאָל, און אין פּורפּל, און אין װערמילרױט, און אין לײַנען. –
24
דאָס גאַנצע גאָלד װאָס איז פֿאַרטאָן געװאָרן אױף דער אַרבעט בײַ דער גאַנצער אַרבעט פֿון הײליקטום, דאָס גאָלד פֿון דער אױפֿהײבונג, איז געװען נײַן און צװאַנציק צענטנער, און זיבן הונדערט און דרײַסיק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל.
25
און דאָס זילבער פֿון דער צײלונג פֿון דער עדה איז געװען הונדערט צענטנער, און טױזנט און זיבן הונדערט און פֿינף און זיבעציק שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל.
26
אַ בקַע אױף אַ קאָפּ, אַ האַלבער שֶקל, אױפֿן הײליקן שֶקל, פֿאַר איטלעכן װאָס איז אַרײַנגעגאַנגען אין דער צײלונג, פֿון צװאַנציק יאָר אַלט און העכער, פֿאַר זעקס הונדערט טױזנט און דרײַ טױזנט און פֿינף הונדערט און פֿופֿציק.
27
און די הונדערט צענטנער זילבער זײַנען געװען אױף אױסצוגיסן די שװעלן פֿון הײליקטום, און די שװעלן פֿון פָּרוֹכֶת; הונדערט שװעלן פֿון הונדערט צענטנער, אַ צענטנער אױף אַ שװעל.
28
און פֿון די טױזנט און זיבן הונדערט און פֿינף און זיבעציק האָט מען געמאַכט העקלעך צו די זײַלן, און איבערגעצױגן זײערע קעףּ, און זײ אַרומגערײפֿט.
29
און דאָס קופּער פֿון דער אױפֿהײבונג איז געװען זיבעציק צענטנער, און צװײ טױזנט און פֿיר הונדערט שֶקל.
30
און מע האָט דערפֿון געמאַכט די שװעלן פֿון דעם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און דעם קופּערנעם מזבח, און די קופּערנע זיףּ װאָס צו אים, און אַלע כּלים פֿון מזבח,
31
און די שװעלן פֿון הױף רונד אַרום, און די שװעלן פֿון דעם טױער פֿון הױף, און אַלע פֿלעקלעך פֿון מִשכּן, און אַלע פֿלעקלעך פֿון הױף רונד אַרום.