אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן: קום, גײ אַרױף פֿון דאַנען, דו און דאָס פֿאָלק װאָס דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, צו דעם לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן צו אַברהמען, צו יצחקן, און צו יעקבֿן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך עס געבן –
2
און איך װעל שיקן דיר פֿאַרױס אַ מלאך, און װעל פֿאַרטרײַבן דעם כּנַעֲני, דעם אֶמוֹרי, און דעם חִתּי, און דעם פּרִזי, דעם חוי, און דעם יבֿוסי –
3
צו אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק – װאָרום איך װעל ניט אַרױפֿגײן צװישן דיר, װײַל אַ האַרטנעקיק פֿאָלק ביסטו; איך קען דיך נאָך פֿאַרלענדן אױפֿן װעג.
4
האָט דאָס פֿאָלק געהערט דעם דאָזיקן שלעכטן אָנזאָג, און זײ האָבן געטרױערט, און האָבן קײנער ניט אָנגעטאָן זײַן צירונג אױף זיך.
5
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: זאָג צו די קינדער פֿון ישׂראל: איר זײַט אַ האַרטנעקיק פֿאָלק; אײן רגע װען איך זאָל אַרױפֿגײן צװישן דיר, װעל איך דיך פֿאַרלענדן. און אַצונד נעם אַראָפּ דײַן צירונג פֿון זיך, און איך װעל באַטראַכטן, װאָס איך זאָל טאָן צו דיר.
6
האָבן די קינדער פֿון ישׂראל זיך אױסגעטאָן זײער צירונג פֿון באַרג חוֹרֵב אָן.
7
און משה פֿלעגט נעמען דאָס געצעלט, און פֿלעגט עס זיך אױפֿשטעלן אױסן לאַגער, װײַט פֿון לאַגער, און פֿלעגט עס רופֿן אוֹהל-מוֹעד. און עס איז געװען, איטלעכער װאָס האָט געזוכט גאָט, פֿלעגט אַרױסגײן צום אוֹהל-מוֹעד װאָס אױסן לאַגער.
8
און עס איז געװען, װי משה איז אַרױסגעגאַנגען צום געצעלט, אַזױ פֿלעגט דאָס גאַנצע פֿאָלק זיך אױפֿשטעלן, און שטײן איטלעכער אין אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט, און נאָכקוקן משהן, ביז ער גײט אַרײַן אין געצעלט.
9
און עס איז געװען, װי משה איז אַרײַנגעגאַנגען אין געצעלט, פֿלעגט אַראָפּנידערן דער װאָלקנזײַל, און שטײן בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און גאָט פֿלעגט רעדן מיט משהן.
10
און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט זען דעם װאָלקנזײַל שטײן בײַם אײַנגאַנג פֿון געצעלט, און דאָס גאַנצע פֿאָלק פֿלעגט אױפֿשטײן, און זיך בוקן איטלעכער בײַם אײַנגאַנג פֿון זײַן געצעלט.
11
און גאָט פֿלעגט רעדן צו משהן פּנים אֶל פּנים, אַזױ װי אַ מענטש רעדט צו זײַן חבֿר. און ער פֿלעגט זיך אומקערן אין לאַגער, אָבער זײַן באַדינער יהוֹשועַ דער זון פֿון נון, אַ יונגער מאַן, פֿלעגט ניט אָפּטרעטן פֿון געצעלט.
12
און משה האָט געזאָגט צו גאָט: זע, דו זאָגסט צו מיר: ברענג אױף דאָסדאָזיקע פֿאָלק, אָבער דו האָסט מיך ניט געלאָזט װיסן, װעמען דו װעסט שיקן מיט מיר. דו האָסט דאָך געזאָגט: איך האָב דיך דערקענט מיטן נאָמען, און האָסט אױך געפֿונען לײַטזעליקײט אין מײַנע אױגן.
13
און אַצונד, אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, לאָז מיך װיסן, איך בעט דיך, דײַנע װעגן, אַז איך זאָל דיך קענען, כּדי איך זאָל געפֿינען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן; און זע אַז דאָסדאָזיקע פֿאָלק איז דאָך דײַן פֿאָלק.
14
האָט ער געזאָגט: מײַן פּנים װעט מיטגײן, און איך װעל דיך באַרוען.
15
האָט ער צו אים געזאָגט: אױב דײַן פּנים גײט ניט מיט אונדז, זאָלסטו אונדז ניט אױפֿברענגען פֿון דאַנען.
16
װאָרום מיט װאָס דען זאָל דערקענט װערן, אַז איך האָב געפֿונען לײַטזעליקײט אין דײַנע אױגן, איך און דײַן פֿאָלק, אױב ניט דורך דײַן גײן מיט אונדז, אַז מיר זאָלן זײַן אױסגעצײכנט, איך און דײַן פֿאָלק, פֿון אַלעם פֿאָלק װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד?
17
האָט גאָט געזאָגט צו משהן: אױך די דאָזיקע זאַך װאָס דו האָסט געזאָגט, װעל איך טאָן, װײַל דו האָסט געפֿונען לײַטזעליקײט אין מײַנע אױגן, און איך האָב דיך דערקענט מיטן נאָמען.
18
האָט ער געזאָגט: לאָז מיך זען דײַן פּראַכט, איך בעט דיך.
19
האָט ער געזאָגט: איך װעל מאַכן פֿאַרבײַגײן אַל מײַן גוטסקײט פֿאַר דײַן פּנים, און איך װעל אױסרופֿן פֿאַר דיר דעם נאָמען יהוה; און איך װעל לײַטזעליקן װעמען איך װעל לײַטזעליקן, און װעל דערבאַרימען װעמען איך װעל דערבאַרימען.
20
און ער האָט געזאָגט: קענסט ניט זען מײַן פּנים, װאָרום אַ מענטש קען מיך ניט זען און בלײַבן לעבן.
21
און גאָט האָט געזאָגט: אָן איז אַן אָרט בײַ מיר; זאָלסטו זיך שטעלן אױפֿן פֿעלז.
22
און עס װעט זײַן, װען מײַן פּראַכט גײט פֿאַרבײַ, װעל איך דיך אַרײַנטאָן אין אַ שפּאַלט פֿון דעם פֿעלז, און איך װעל אַרױפֿדעקן מײַן האַנט אױף דיר, ביז איך װעל פֿאַרבײַגײן.
23
און אַז איך װעל אָפּטאָן מײַן האַנט, װעסטו זען מײַן רוקן; אָבער מײַן פּנים קען ניט געזען װערן.