אידיש
1
און װי דאָס פֿאָלק האָט געזען, אַז משה זאַמט זיך אַראָפּצונידערן פֿון באַרג, אַזױ האָט דאָס פֿאָלק זיך אײַנגעזאַמלט אַרום אַהרֹנען, און זײ האָבן צו אים געזאָגט: שטײ אױף, מאַך אונדז אַ גאָט װאָס זאָל גײן פֿאַר אונדז; װאָרום דערדאָזיקער מאַן משה, װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, װײסן מיר ניט װאָס מיט אים איז געװאָרן.
2
האָט אַהרן צו זײ געזאָגט: נעמט אַראָפּ די גילדערנע אױרינגען װאָס אין די אױערן פֿון אײַערע װײַבער, אײַערע זין, און אײַערע טעכטער, און ברענגט צו מיר.
3
האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק אַראָפּגענומען פֿון זיך די גילדערנע אױרינגען װאָס אין זײערע אױערן,
4
און געבראַכט צו אַהרֹנען. און ער האָט צוגענומען פֿון זײער האַנט, און האָט עס אױסגעפֿורעמט אין אַ פֿורעם, און האָט דערפֿון געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב; און זײ האָבן געזאָגט: דאָס איז דײַן גאָט, ישׂראל, װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם.
5
און װי אַהרן האָט דאָס געזען, אַזױ האָט ער געבױט פֿאַר אים אַ מזבח, און אַהרן האָט אױסגערופֿן און געזאָגט: אַ יָום-טובֿ צו יהוה איז מאָרגן.
6
און זײ האָבן זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן, און האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער, און גענענט פֿרידאָפּפֿער; און דאָס פֿאָלק האָט זיך געזעצט עסן און טרינקען, און זײ זײַנען אױפֿגעשטאַנען זיך לוסטיק צו מאַכן.
7
האָט גאָט גערעדט צו משהן: גײ נידער אַראָפּ, װאָרום פֿאַרדאָרבן געװאָרן איז דײַן פֿאָלק, װאָס דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם;
8
זײ האָבן זיך גיך אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן; זײ האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב, און האָבן זיך געבוקט צו אים, און געשלאַכט צו אים, און געזאָגט: דאָס איז דײַן גאָט, ישׂראל, װאָס האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם.
9
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: איך האָב געזען דאָסדאָזיקע פֿאָלק, ערשט עס איז אַ האַרטנעקיק פֿאָלק;
10
און אַצונד לאָז מיך, און מײַן צאָרן װעט גרימען אױף זײ, און איך װעל זײ פֿאַרלענדן, און װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ גרױס פֿאָלק.
11
האָט משה געבעטן פֿאַר יהוה זײַן גאָט, און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָס, גאָט, זאָל גרימען דײַן צאָרן אױף דײַן פֿאָלק, װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מצרַיִם מיט גרױס כּוֹח און מיט אַ שטאַרקער האַנט?
12
פֿאַר װאָס זאָלן זאָגן די מִצרים, אַזױ צו זאָגן: צום בײזן האָט ער זײ אַרױסגעצױגן, כּדי זײ צו הרגען אין די בערג, און זײ צו פֿאַרלענדן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד? קער זיך אָפּ פֿון דײַן גרימצאָרן, און האָב חרטה אױף דעם בײז צו דײַן פֿאָלק.
13
דערמאָן זיך אָן אַברהם, אָן יצחק, און אָן ישׂראל, דײַנע קנעכט, װאָס דו האָסט זײ געשװאָרן בײַ זיך, און האָסט צו זײ גערעדט: איך װעל מערן אײַער זאָמען אַזױ װי די שטערן פֿון הימל, און דאָסדאָזיקע גאַנצע לאַנד װאָס איך האָב געזאָגט, װעל איך געבן צו אײַער זאָמען, און זײ װעלן עס אַרבן אױף אײביק.
14
האָט גאָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט געזאָגט צו טאָן צו זײַן פֿאָלק.
15
און משה האָט זיך אומגעקערט, און האָט אַראָפּגענידערט פֿון באַרג, מיט די צװײ לוחות פֿון געזעץ אין זײַן האַנט, לוחות באַשריבן פֿון זײערע בײדע זײַטן; פֿון דער זײַט און פֿון יענער זײַט זײַנען זײ געװען באַשריבן.
16
און די לוחות זײַנען געװען די אַרבעט פֿון גאָט, און דער כּתב איז געװען דער כּתב פֿון גאָט, אױסגעקריצט אױף די לוחות.
17
און יהוֹשועַ האָט געהערט דעם קָול פֿון דעם פֿאָלק אין זײַן שאַלן, און ער האָט געזאָגט צו משהן: אַ קָול פֿון מלחמה איז אין לאַגער.
18
האָט ער געזאָגט: עס איז ניט אַ קָול פֿון געשרײ פֿון גבורה, און ניט אַ קָול פֿון געשרײ פֿון שװאַכקײט; אַ קָול פֿון זינגען הער איך.
19
און עס איז געװען, װי ער האָט גענענט צום לאַגער, און האָט געזען דאָס קאַלב און די טענץ, אַזױ האָט געגרימט דער צאָרן פֿון משהן, און ער האָט אַ װאָרף געטאָן פֿון זײַנע הענט די לוחות, און האָט זײ צעבראָכן אונטערן באַרג.
20
און ער האָט גענומען דאָס קאַלב, װאָס זײ האָבן געמאַכט, און האָט פֿאַרברענט אין פֿײַער, און צעמאָלן ביז װאַנען עס איז געװאָרן דין, און האָט צעשאָטן אױפֿן װאַסער, און געגעבן טרינקען די קינדער פֿון ישׂראל.
21
און משה האָט געזאָגט צו אהרֹנען: װאָס האָט דיר דאָסדאָזיקע פֿאָלק געטאָן, װאָס דו האָסט געבראַכט אױף אים אַ גרױסע זינד?
22
האָט אַהרן געזאָגט: זאָל ניט גרימען דער צאָרן פֿון מײַן האַר; דו קענסט דאָס פֿאָלק, אַז ער איז שלעכט.
23
האָבן זײ צו מיר געזאָגט: מאַך אונדז אַ גאָט װאָס זאָל גײן פֿאַר אונדז, װאָרום דערדאָזיקער מאַן משה, װאָס האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם, װײסן מיר ניט װאָס מיט אים איז געװאָרן.
24
האָב איך צו זײ געזאָגט: װער עס האָט גאָלד, נעמט אַראָפּ פֿון זיך; און זײ האָבן מיר געגעבן, און איך האָב עס אַרײַנגעװאָרפֿן אין פֿײַער, און עס איז אַרױסגעקומען דאָסדאָזיקע קאַלב.
25
און משה האָט געזען דאָס פֿאָלק, אַז עס איז צעװילדערט, װײַל אַהרן האָט עס צעװילדערט, צו שאַנד בײַ זײערע פֿײַנט.
26
האָט משה זיך געשטעלט אין טױער פֿון לאַגער, און האָט געזאָגט: װער פֿאַר יהוה, צו מיר! האָבן זיך אײַנגעזאַמלט צו אים אַלע קינדער פֿון לֵוִי.
27
און ער האָט צו זײ געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט יהוה דער גאָט פֿון ישׂראל: טוט אָן איטלעכער זײַן שװערד אױף זײַן דיך, גײט דורך הין און צוריק פֿון טױער צו טױער אין לאַגער, און הרגעט איטלעכער זײַן ברודער, און איטלעכער זײַן חבֿר, און איטלעכער זײַן קרוב.
28
האָבן די קינדער פֿון לֵוִי געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון משהן, און עס זײַנען געפאַלן פֿון פֿאָלק אין יענעם טאָג אַרום דרײַ טױזנט מאַן.
29
און משה האָט געזאָגט: דערפֿילט אײַער האַנט הײַנט צו גאָט, װײַל איטלעכער איז געװען אַקעגן זײַן זון, און אַקעגן זײַן ברודער, און כּדי אײַך הײַנט צו געבן אַ ברכה.
30
און עס איז געװען אױף מאָרגן, האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר האָט געזינדיקט אַ גרױסע זינד; און אַצונד װעל איך אַרױפֿגײן צו גאָט, אפֿשר װעל איך מכפּר זײַן אױף אײַער זינד.
31
האָט משה זיך אומגעקערט צו גאָט, און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, דאָסדאָזיקע פֿאָלק האָט געזינדיקט אַ גרױסע זינד, און זײ האָבן זיך געמאַכט אַ גאָט פֿון גאָלד.
32
איז, אַצונד, אױב דו װעסט פֿאַרגעבן זײער זינד –, און אױב ניט, מעק מיך אױס, איך בעט דיך, פֿון דײַן בוך װאָס דו האָסט געשריבן.
33
האָט גאָט געזאָגט צו משהן: װער עס האָט געזינדיקט צו מיר, אים װעל איך אױסמעקן פֿון מײַן בוך.
34
און אַצונד גײ פֿיר דאָסדאָזיקע פֿאָלק אַהין װוּ איך האָב דיר געזאָגט; זע, מײַן מלאך װעט גײן דיר פֿאַרױס; אָבער אין דעם טאָג, װאָס איך רעכן זיך, װעל איך זיך רעכענען מיט זײ פֿאַר זײער זינד.
35
און גאָט האָט געפּלאָגט דאָס פֿאָלק פֿאַר װאָס זײ האָבן געמאַכט דאָס קאַלב, װאָס אַהרן האָט געמאַכט.