אידיש
1
און דאָס איז די זאַך װאָס דו זאָלסט טאָן צו זײ, זײ צו הײליקן צו זײַן כֹּהנים צו מיר: נעם אײן יונגן אָקס און צװײ װידערס אָן אַ פֿעלער.
2
און אומגעזײַערט ברױט, און אומגעזײַערטע חלות פֿאַרמישט מיט אײל, און אומגעזײַערטע קוכנס באַשמירט מיט אײל; פֿון װײצענעם זעמלמעל זאָלסטו זײ מאַכן.
3
און זאָלסט זײ אַרײַנטאָן אין אײן קאָרב, און זײ גענענען אין דעם קאָרב, מיט דעם אָקס און מיט די צװײ װידערס.
4
און אַהרֹנען און זײַנע זין זאָלסטו מאַכן גענענען צום אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, און זאָלסט זײ װאַשן מיט װאַסער.
5
און זאָלסט נעמען די קלײדער, און אָנקלײַדן אַהרֹנען דאָס העמדל, און דעם מאַנטל פֿון אֵפֿוֹד, און דעם אֵפֿוֹד, און דעם חושן, און אים אָנגורטן מיט דעם אַרומבאַנד פֿון אֵפֿוֹד.
6
און זאָלסט אָנטאָן די הױב אױף זײַן קאָפּ, און אַרױפֿטאָן די הײליקע קרױן אױף דער הױב.
7
און זאָלסט נעמען דאָס אײל פֿון זאַלבונג, און אַרױפֿגיסן אױף זײַן קאָפּ, און אים זאַלבן.
8
און זײַנע זין זאָלסטו מאַכן גענענען, און זײ אָנקלײַדן העמדלעך.
9
און זאָלסט זײ אָנגורטן אַ גאַרטל, אַהרֹנען און זײַנע זין, און זײ אָנבינדן היטלען, און די כּהונה זאָל זײ געהערן פֿאַר אַן אײביקן רעכט; און זאָלסט דערפֿילן די האַנט פֿון אַהרֹנען, און די האַנט פֿון זײַנע זין.
10
און זאָלסט מאַכן גענענען דעם אָקס פֿאַרן אוֹהל-מוֹעד, און אַהרן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון אָקס.
11
און זאָלסט שעכטן דעם אָקס פֿאַר גאָט, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
12
און זאָלסט נעמען פֿון דעם בלוט פֿון אָקס, און אַרױפֿטאָן אױף די הערנער פֿון מזבח מיט דײַן פֿינגער, און דאָס גאַנצע בלוט זאָלסטו אױסגיסן בײַם גרונט פֿון מזבח.
13
און זאָלסט נעמען דאָס גאַנצע פֿעטס װאָס באַדעקט די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש איבער דעם לעבער, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, און דעמפֿן אױפֿן מזבח.
14
און דאָס פֿלײש פֿון אָקס, און זײַן פֿעל, און זײַן מיסט, זאָלסטו פֿאַרברענען אין פֿײַער אױסן לאַגער; אַ זינדאָפּפֿער איז דאָס.
15
און אײן װידער זאָלסטו נעמען, און אַהרן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון װידער.
16
און זאָלסט שעכטן דעם װידער, און נעמען זײַן בלוט, און שפּרענגען אױפֿן מזבח רונד אַרום.
17
און דעם װידער זאָלסטו צעשנײַדן אױף זײַנע שטיקער, און זאָלסט װאַשן זײַנע אינגעװײד, און זײַנע קני, און זײ אַװעקלײגן צו זײַנע שטיקער, און צו זײַן קאָפּ.
18
און זאָלסט דעמפֿן דעם גאַנצן װידער אױפֿן מזבח; אַ בראַנדאָפּפֿער איז דאָס צו גאָט; אַ געשמאַקער ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער איז דאָס צו גאָט.
19
און זאָלסט נעמען דעם צװײטן װידער, און אַהרן און זײַנע זין זאָלן אָנלענען זײערע הענט אױפֿן קאָפּ פֿון װידער.
20
און זאָלסט שעכטן דעם װידער, און נעמען פֿון זײַן בלוט, און אַרױפֿטאָן אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון אַהרֹנען, און אױפֿן רעכטן אױערלעפּל פֿון זײַנע זין, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטער האַנט, און אױפֿן דױמען פֿון זײער רעכטן פֿוס; און זאָלסט שפּרענגען דאָס בלוט אױפֿן מזבח רונד אַרום.
21
און זאָלסט נעמען פֿון דעם בלוט װאָס אױפֿן מזבח, און פֿון דעם אײל פֿון זאַלבונג, און שפּריצן אױף אַהרֹנען, און אױף זײַנע קלײדער, און אױף זײַנע זין, און אױף די קלײדער פֿון זײַנע זין מיט אים; און ער און זײַנע קלײדער װעלן װערן הײליק, און זײַנע זין און די קלײדער פֿון זײַנע זין מיט אים.
22
און זאָלסט נעמען פֿון דעם װידער דאָס פֿעטס, און דעם װײדל, און דאָס פֿעטס װאָס באַדעקט די אינגעװײד, און דאָס רױטפֿלײש פֿון לעבער, און בײדע נירן, און דאָס פֿעטס װאָס אױף זײ, און דעם רעכטן שענקל – װאָרום אַ װידער פֿון דערפֿילונג איז דאָס –
23
און אײן לאַבן ברױט, און אײן חלה ברױט אױף אײל, און אײן קוכן פֿון דעם קאָרב אומגעזײַערטן ברױט װאָס פֿאַר גאָט.
24
און זאָלסט אַלצדינג אַרױפֿטאָן אױף די הענט פֿון אַהרֹנען, און אױף די הענט פֿון זײַנע זין; און זאָלסט זײ אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט.
25
און זאָלסט עס נעמען פֿון זײער האַנט, און דעמפֿן אױפֿן מזבח, איבער דעם בראַנדאָפּפֿער, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח פֿאַר גאָט; אַ פֿײַעראָפּפֿער איז דאָס צו גאָט.
26
און זאָלסט נעמען די ברוסט פֿון דעם װידער פֿון דערפֿילונג װאָס פֿאַר אַהרֹנען, און זי אױפֿהײבן אַן אױפֿהײבונג פֿאַר גאָט; און עס זאָל זײַן דיר צום חלק.
27
און זאָלסט הײליקן די ברוסט פֿון אױפֿהײבונג, און דעם שענקל פֿון אָפּשײדונג, װאָס איז אױפֿגעהױבן געװאָרן, און װאָס איז אָפּגעשײדט געװאָרן פֿון דעם װידער פֿון דערפֿילונג, פֿון דעם װאָס פֿאַר אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין.
28
און עס זאָל געהערן צו אַהרֹנען און צו זײַנע קינדער, פֿאַר אַן אײביקן רעכט, פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; װאָרום אַן אָפּשײדונג איז דאָס, און אַן אָפּשײדונג זאָל עס זײַן, פֿון די קינדער פֿון ישׂראל פֿון זײערע פֿרידאָפּפֿער, זײער אָפּשײדונג צו גאָט.
29
און די הײליקע קלײדער פֿון אַהרֹנען זאָלן זײַן פֿאַר זײַנע זין נאָך אים, אױף צו זאַלבן אין זײ, און צו דערפֿילן זײער האַנט אין זײ.
30
זיבן טעג זאָל זײ אָנטאָן דער פֿון זײַנע זין, װאָס װערט דער כֹּהן אױף זײַן אָרט, דער װאָס קומט אין אוֹהל-מוֹעד צו דינען אין הײליקטום.
31
און דעם װידער פֿון דערפֿילונג זאָלסטו נעמען, און קאָכן זײַן פֿלײש אין אַ הײליקן אָרט.
32
און אַהרן און זײַנע זין זאָלן עסן דאָס פֿלײש פֿון דעם װידער, און דאָס ברױט װאָס אין קאָרב, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד.
33
און דאָס זאָלן עסן די אױף װעמען עס איז פֿאַרגעבן געװאָרן דערמיט, כּדי צו דערפֿילן זײער האַנט, זײ צו הײליקן; אָבער אַ פֿרעמדער זאָל דערפֿון ניט עסן, װײַל דאָס איז הײליק.
34
און אַז עס װעט איבערבלײַבן פֿון דעם פֿלײש פֿון דערפֿילונג, אָדער פֿון דעם ברױט, ביז אין דער פֿרי, זאָלסטו פֿאַרברענען דאָס געבליבענע אין פֿײַער; עס זאָל ניט געגעסן װערן, װאָרום עס איז הײליק.
35
און זאָלסט טאָן צו אַהרֹנען און צו זײַנע זין אַזױ װי אַלץ װאָס איך האָב דיר באַפֿױלן; זיבן טעג זאָלסטו דערפֿילן זײער האַנט.
36
און אַן אָקס אַ זינדאָפּפֿער זאָלסטו מאַכן איטלעכן טאָג פֿאַר אַ פֿאַרגעבונג, און רײניקן דעם מזבח מיט דײַן מכפּר זײַן אױף אים; און זאָלסט אים זאַלבן, אים צו הײליקן.
37
זיבן טעג זאָלסטו מכפּר זײַן אױפֿן מזבח, און אים הײליקן; און דער מזבח זאָל זײַן אַ הײליקסטע הײליקײט; אַלץ װאָס רירט זיך אָן אָן מזבח זאָל װערן הײליק.
38
און דאָס איז װאָס דו זאָלסט מאַכן אױפֿן מזבח: יאָריקע שעפּסן צװײ אַ טאָג, תּמיד.
39
אײן שעפּס זאָסלטו מאַכן אין דער פֿרי, און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט.
40
און אַ צענטל זעמלמעל פֿאַרמישט מיט געשלאָגענע אײל אַ פֿערטל הין, און אַ גיסאָפּפֿער פֿון אַ פֿערטל הין װײַן צו דעם אײן שעפּס.
41
און דעם צװײטן שעפּס זאָלסטו מאַכן קעגן אָװנט; אַזױ װי דאָס שפּײַזאָפּפֿער פֿון אין דער פֿרי, און אַזױ װי זײַן גיסאָפּפֿער, זאָלסטו מאַכן צו אים, פֿאַר אַ געשמאַקן ריח, אַ פֿײַעראָפּפֿער צו גאָט.
42
אַ שטענדיק בראַנדאָפּפֿער אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות, בײַם אײַנגאַנג פֿון אוֹהל-מוֹעד, פֿאַר גאָט, װאָס דאָרטן װעל איך זיך אַנטפּלעקן צו אײַך, דאָרטן צו רעדן צו דיר.
43
און איך װעל זיך דאָרטן אַנטפּלעקן צו די קינדער פֿון ישׂראל, און עס װעט געהײליקט װערן מיט מײַן פּראַכט.
44
און איך װעל הײליקן דעם אוֹהל-מוֹעד, און דעם מזבח; און אַהרֹנען און זײַנע זין װעל איך הײליקן צו זײַן כֹּהנים צו מיר.
45
און איך װעל רוען צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, און װעל זײ זײַן צום גאָט.
46
און זײ װעלן װיסן, אַז איך בין יהוה זײער גאָט, װאָס האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, כּדי איך זאָל רוען צװישן זײ. איך בין יהוה זײער גאָט.