אידיש
1
און דו מאַך גענענען צו דיר דײַן ברודער אַהרֹנען, און זײַנע זין מיט אים, פֿון צװישן די קינדער פֿון ישׂראל, כּדי זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר; אַהרן, נָדָב, און אַביהוא, אֶלעָזָר, און איתָמָר, אַהרנס זין.
2
און זאָלסט מאַכן דײַן ברודער אַהרֹנען הײליקע קלײדער פֿאַר אַ כּבוד און פֿאַר אַ שײנקײט.
3
און דו זאָלסט רעדן צו אַלע קלוגהאַרציקע, װאָס איך האָב זײ אָנגעפֿילט מיט אַ גײַסט פֿון חכמה, זײ זאָלן מאַכן די קלײדער פֿאַר אַהרֹנען, כּדי אים צו הײליקן אַז ער זאָל זײַן אַ כֹּהן צו מיר.
4
און דאָס זײַנען די קלײדער, װאָס זײ זאָלן מאַכן: אַ חוֹשֶן, און אַן אֵפוֹד, און אַ מאַנטל, און אַ געקעסטלט העמדל, אַ הױב, און אַ גאַרטל; און זײ זאָלן מאַכן הײליקע קלײדער פֿאַר דײַן ברודער אַהרֹנען און פֿאַר זײַנע זין, כּדי זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר.
5
און זײ זאָלן נעמען דאָס גאָלד, און די בלאָע װאָל, און דעם פּורפּל, און דאָס װערמילרױט, און דעם לײַנען.
6
און זײ זאָלן מאַכן דעם אֵפוֹד פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, קונציק אױסגעאַרבעט.
7
צװײ אַקסלבענדער זאָל ער האָבן, באַהעפֿט צו זײַנע צװײ עקן, כּדי ער זאָל זײַן באַהעפֿט.
8
און דער גאַרטלבאַנד װאָס אױף אים, זאָל זײַן אַזױ װי זײַן אַרבעט, פֿון אים גופֿא; פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען.
9
און זאָלסט נעמען צװײ אָניקלשטײנער, און אױסקריצן אױף זײ די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל;
10
זעקס פֿון זײערע נעמען אױף אײן שטײן, און די איבעריקע זעקס נעמען אױפֿן צװײטן שטײן, לױט זײערע געבורטן.
11
װי אַרבעט פֿון אַ שטײנשנײַדער, װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, זאָלסטו אױסקריצן די צװײ שטײנער לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל; אײַנגעראַמט אין אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד זאָלסטו זײ מאַכן.
12
און זאָלסט אַרױפֿטאָן די צװײ שטײנער אױף די אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד – שטײנער פֿון דערמאָנונג פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל; און אַהרן זאָל טראָגן זײערע נעמען פֿאַר גאָט אױף זײַנע צװײ אַקסלען פֿאַר אַ דערמאָנונג.
13
און זאָלסט מאַכן אײַנפֿאַסונגען פֿון גאָלד;
14
און צװײ קײטן פֿון רײנעם גאָלד; געדרײַט זאָלסטו זײ מאַכן, פֿלעכטאַרבעט; און זאָלסט אַרױפֿטאָן די געפֿלאָכטענע קײטן אױף די אײַנפֿאַסונגען.
15
און זאָלסט מאַכן אַ חוֹשֶן פֿון באַשײד, קונציק אױסגעאַרבעט; אַזױ װי די אַרבעט פֿון אֵפֿוֹד זאָלסטו אים מאַכן: פֿון גאָלד, בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, זאָלסטו אים מאַכן.
16
פֿירעקעכדיק זאָל ער זײַן, געטאָפּלט, אַ שפּאַן זײַן לענג, און אַ שפּאַן זײַן ברײט.
17
און זאָלסט אַרײַנזעצן אין אים אַן אײַנזעצונג פֿון שטײנער, פֿיר צײלן שטײנער. אַ צײל פֿון רובין, טאָפּאַז, און שמאָראַק, אײן צײל;
18
און די צװײטע צײל: גאַרפֿונקל, סאַפּירשטײן, און דימענט;
19
און די דריטע צײל: יאַכצום, אַגאַט, און אַמעטיסט;
20
און די פֿירטע צײל: גאָלדשטײן, און אָניקל, און יאַשפּיז; אײַנגעזעצט אין גאָלד זאָלן זײ זײַן אין זײערע אײַנפֿאַסונגען.
21
און די שטײנער זאָלן זײַן לױט די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, צװעלף, לױט זײערע נעמען; װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל, איטלעכער לױט זײַן נאָמען זאָלן זײ זײַן, אַקעגן די צװעלף שבֿטים.
22
און זאָלסט מאַכן אױפֿן חושן געדרײַטע קײטן, פֿלעכטאַרבעט, פֿון רײנעם גאָלד.
23
און זאָלסט מאַכן צום חוֹשֶן צװײ גילדערנע רינגען, און אַרױפֿטאָן די צװײ רינגען אױף די צװײ עקן פֿון חוֹשֶן.
24
און זאָלסט אַרײַנטאָן די צװײ גילדערנע פֿלעכטן אין די צװײ רינגען בײַ די עקן פֿון חוֹשֶן.
25
און די צװײ עקן פֿון די צװײ פֿלעכטן זאָלסטו אַרױפֿטאָן אױף די צװײ אײַנפֿאַסונגען, און אַרױפֿטאָן אױף די אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד, אױף זײַן פֿאָדערזײַט.
26
און זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע רינגען, און זײ אַרױפֿזעצן אױף די צװײ עקן פֿון חוֹשֶן בײַ זײַן זױם װאָס צו דער זײַט פֿון אֵפֿוֹד, אינעװײניק צו.
27
און זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע רינגען, און זײ אַרױפֿטאָן אױף די צװײ אַקסלבענדער פֿון איפֿוֹד, פֿון אונטן, אױף זײַן פֿאָדערזײַט, לעבן זײַן באַהעפֿטונג, איבער דעם אַרומבאַנד פֿון אֵפֿוֹד.
28
און מע זאָל צושנירן דעם חוֹשֶן דורך זײַנע רינגען צו די רינגען פֿון אֵפֿוֹד מיט אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, כּדי ער זאָל זײַן אױף דעם אַרומבאַנד פֿון אֵפֿוֹד, און דער חוֹשֶן זאָל זיך ניט אַראָפּרוקן פֿון אֵפֿוֹד.
29
און אַהרן זאָל טראָגן די נעמען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אין דעם חושן פֿון באַשײד אױף זײַן האַרצן, װען ער קומט אין הײליקטום, פֿאַר אַ דערמאָנונג פֿאַר גאָט תּמיד.
30
און זאָלסט אַרײַנטאָן אין דעם חוֹשֶן פֿון באַשײד די אורים-ותּומים, און זײ זאָלן זײַן בײַ אַהרֹנען אױפֿן האַרצן, װען ער קומט פֿאַר גאָט; און אַהרן זאָל טראָגן דעם באַשײד פֿון די קינדער פֿון ישׂראל אױף זײַן האַרצן פֿאַר גאָט תּמיד.
31
און זאָלסט מאַכן דעם מאַנטל פֿון אֵפֿוֹד פֿון לױטער בלאָער װאָל.
32
און זײַן עפֿענונג פֿאַרן קאָפּ זאָל זײַן אין זײַן מיטן; אַ זױם זאָל זײַן בײַ זײַן עפֿענונג רונד אַרום, װעבאַרבעט; אַזױ װי די עפֿענונג פֿון אַ פּאַנצערהעמד זאָל זײַן בײַ אים, ער זאָל זיך ניט צערײַסן.
33
און זאָלסט מאַכן אױף זײַנע ברעגן מילגרױמען פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, אױף זײַנע ברעגן רונד אַרום, און גילדערנע גלעקלעך צװישן זײ רונד אַרום;
34
אַ גילדערן גלעקל און אַ מילגרױם, אַ גילערן גלעקל און אַ מילגרױם, אױף די ברעגן פֿון דעם מאַנטל רונד אַרום.
35
און עס זאָל זײַן אױף אַהרֹנען בײַם דינען, און דער קָול דערפֿון זאָל זיך הערן װען ער קומט אַרײַן אין הײליקטום פֿאַר גאָט, און װען ער גײט אַרױס, כּדי ער זאָל ניט שטאַרבן.
36
און זאָלסט מאַכן אַ שטערנבלעך פֿון רײנעם גאָלד, און אױסקריצן אױף אים װי אױסקריצונגען פֿון אַ זיגל ״הײליק צו גאָט״.
37
און זאָלסט עס אַרױפֿטאָן אױף אַ שנור פֿון בלאָער װאָל, און עס זאָל זײַן אױף דער הױב; אױף דער פֿאָדערזײַט פֿון דער הױב זאָל עס זײַן.
38
און עס זאָל זײַן אױף אַהרנס שטערן, און אַהרן זאָל נעמען אױף זיך די זינד אַקעגן די הײליקע זאַכן, װאָס די קינדער פֿון ישׂראל הײליקן, בײַ אַלע זײערע הײליקע גאָבן; און עס זאָל זײַן אױף זײַן שטערן תּמיד, כּדי זײ זאָלן באַװיליקט װערן פֿאַר גאָט.
39
און זאָלסט מאַכן דאָס העמדל געקעסטלט, פֿון לײַנען; און זאָלסט מאַכן אַ הױב פֿון לײַענן; און אַ גאַרטל זאָלסטו מאַכן, געשטיקטע אַרבעט.
40
און אַהרנס זין זאָלסטו מאַכן העמדלעך; און זאָלסט זײ מאַכן גאַרטלען; און היטלען זאָלסטו זײ מאַכן פֿאַר אַ כּבוד און פֿאַר אַ שײנקײט.
41
און זאָלסט זײ אָנטאָן דײַן ברודער אַהרֹנען און זײַנע זין מיט אים; און זאָלסט זײ זאַלבן, און דערפֿילן זײער האַנט, און זײ הײליקן, אַז זײ זאָלן זײַן כֹּהנים צו מיר.
42
און מאַך זײ לײַנענע הױזן צו פֿאַרדעקן דאָס שאַנדפֿלײש; פֿון די לענדן און ביז די דיכן זאָלן זײ זײַן.
43
און זײ זאָלן זײַן אױף אַהרֹנען און זײַנע זין, װען זײ קומען אין אוֹהל-מוֹעד, אָדער װען זײ גענענען צום מזבח, צו דינען אין הײליקטום; כּדי זײ זאָלן ניט טראָגן אַ זינד און שטאַרבן; אַן אײביק געזעץ פֿאַר אים און פֿאַר זײַן זאָמען נאָך אים.