אידיש
1
און זאָלסט מאַכן דעם מזבח פֿון שִטים-האָלץ, פֿינף אײלן די לענג, און פֿינף אײלן די ברײט; פֿירעקעכדיק זאָל דער מזבח זײַן, און דרײַ אײלן זײַן הײך.
2
און זאָלסט מאַכן זײַנע הערנער אױף זײַנע פֿיר װינקלען; פֿון אים גופֿא זאָלן זײַן זײַנע הערנער; און זאָלסט אים איבערציען מיט קופּער.
3
און זאָלסט מאַכן זײַנע טעףּ אױף אַװעקנעמען זײַנע אַש, און זײַנע שופֿלען, און זײַנע שפּרענגבעקנס, און זײַנע גאָפּלען און זײַנע פֿײַערפֿאַנען; אַלע זײַנע כּלים זאָלסטו מאַכן פֿון קופּער.
4
און זאָלסט מאַכן צו אים אַ קופּערנע זיףּ פֿון נעצאַרבעט, און זאָלסט מאַכן אױף דער נעץ פֿיר קופּערנע רינגען אױף זײַנע פֿיר עקן.
5
און זאָלסט זי אַרױפֿטאָן אונטער דעם געזימס פֿון מזבח, פֿון אונטן, און די נעץ זאָל זײַן ביז דער העלפֿט פֿון מזבח.
6
און זאָלסט מאַכן שטאַנגען צום מזבח, שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט קופּער.
7
און זײַנע שטאַנגען זאָלן אַרײַנגעצױגן װערן אין די רינגען, און די שטאַנגען זאָלן זײַן אױף בײדע זײַטן פֿון מזבח װען מע טראָגט אים.
8
הױל אינעװײניק, פֿון ברעטער, זאָלסטו אים מאַכן; אַזױ װי מע האָט דיר געװיזן אױפֿן באַרג, אַזױ זאָל מען מאַכן.
9
און זאָלסט מאַכן דעם הױף פֿון מִשכּן: פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום, אַרומהאַנגען פֿאַרן הױף פֿון געדרײַטן לײַנען, הונדערט אײלן די לענג פֿאַר דער אײן זײַט.
10
און די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער.
11
און דעס גלײַכן פֿאַר דער צפֿון-זײַט, פֿאַר לענג: אַרומהאַנגען הונדערט אײלן די לענג, און די זײַלן דערצו צװאַנציק, און זײערע שװעלן צװאַנציק, פֿון קופּער; די העקלעך פֿון די זײַלן, און זײערע רײפֿבענדער, פֿון זילבער.
12
און פֿאַר ברײט פֿון הױף אין מערבֿ-זײַט, אַרומהאַנגען פֿון פֿופֿציק אײלן: די זײַלן דערצו צען, און זײערע שװעלן צען.
13
און די ברײט פֿון הױף אין מזרח-זײַט צו זונאױפֿגאַנג פֿופֿציק אײלן.
14
און פֿופֿצן אײלן אַרומהאַנגען פֿאַר אײן זײַט; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ.
15
און פֿאַר דער צװײטער זײַט פֿופֿצן אײלן אַרומהאַנגען; די זײַלן דערצו דרײַ, און זײערע שװעלן דרײַ.
16
און פֿאַרן טױער פֿון הױף אַ פֿאָרהאַנג פֿון צװאַנציק אײלן, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, געשטיקטע אַרבעט; די זײַלן דערצו פֿיר, און זײערע שװעלן פֿיר.
17
אַלע זײַלן פֿון הױף רונד אַרום, אַרומגערײפֿט מיט זילבער; זײערע העקלעך פֿון זילבער, און זײערע שװעלן פֿון קופּער.
18
די לענג פֿון הױף הונדערט אײלן, און די ברײט פֿופֿציק אַקעגן פֿופֿציק, און די הײך פֿינף אײלן, פֿון געדרײַטן לײַנען; און די שװעלן דערצו פֿון קופּער.
19
אַלע געצײַג פֿון מִשכּן פֿאַר זײַן גאַנצער אַרבעט, און אַלע זײַנע פֿלעקלעך, און אַלע פֿלעקלעך פֿון הױף, פֿון קופּער.
20
און דו זאָלסט באַפֿעלן די קידנער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן דיר ברענגען רײנע געשלאָגענע בױמל פֿאַר דער לײַכטונג, אױף אָנצינדן אַ ליכט תּמיד.
21
אין אוֹהל-מוֹעד, דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת װאָס פֿאַרן געזעץ, זאָל עס אַהרן און זײַנע קינדער צוריכטן אױף פֿון אָװנט ביז אין דער פֿרי, פֿאַר גאָט; אַן אײביק געזעץ אױף זײערע דוֹר-דוֹרות פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.