Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און דעם מִשכּן זאָלסטו מאַכן פֿון צען פֿאָרהאַנגען; פֿון געדרײַטן לײַנען, און בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, מיט כּרובֿים קונציק אױסגעאַרבעט זאָלסטו זײ מאַכן. 2 די לענג פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג אַכט און צװאַנציק אײלן, און די ברײט פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר אַלע פֿאָרהאַנגען. 3 פֿינף פֿאָרהאַנגען זאָלן זײַן באַהעפֿט אײנער אָן אַנדערן, און װידער פֿינף פֿאָרהאַנגען באַהעפֿט אײנער אָן אַנדערן. 4 און זאָלסט מאַכן שלײפֿן פֿון בלאָער װאָל אױף דעם זױם פֿון אײן פֿאָרהאַנג בײַם עק פֿון אײן באַהעפֿטונג, און אַזױ זאָלסטו מאַכן אױף דעם זױם פֿון דעם עקסטן פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג. 5 פֿופֿציק שלײפֿן זאָלסטו מאַכן אױף דעם אײן פֿאָרהאַנג, און פֿופֿציק שלײפֿן זאָלסטו מאַכן אױף דעם ברעג פֿון דעם פֿאָרהאַנג װאָס אין דער צװײטער באַהעפֿטונג; אײנער קעגן אַנדערן זאָלן די שלײפֿן זײַן. 6 און זאָלסט מאַכן פֿופֿציק גילדערנע האָקן, און באַהעפֿטן די פֿאָרהאַנגען אײנעם צום אַנדערן מיט די האָקן, אַז דער מִשכּן זאָל זײַן אײנס.
7 און זאָלסט מאַכן פֿאָרהאַנגען פֿון ציגנהאָר פֿאַר אַ געצעלט איבערן מִשכּן; עלף פֿאָרהאַנגען זאָלסטו זײ מאַכן. 8 די לענג פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג דרײַסיק אײלן, און די ברײט פֿון איטלעכן פֿאָרהאַנג פֿיר אײלן; אײן מאָס פֿאַר די עלף פֿאָרהאַנגען. 9 און זאָלסט באַהעפֿטן פֿינף פֿאָרהאַנגען באַזונדער, און זעקס פֿאָרהאַנגען באַזונדער; און דעם זעקסטן פֿאָרהאַנג זאָלסטו צונױפֿטאָפּלען אױף דער פֿאָדערזײַט פֿון געצעלט. 10 און זאָלסט מאַכן פֿופֿציק שלײפֿן אױף דעם זױם פֿון אײן פֿאָרהאַנג, דעם עקסטן אין דער באַהעפֿטונג, און פֿופֿציק שלײפֿן אױף דעם זױם פֿון דעם פֿאָרהאַנג אין דער צװײטער באַהעפֿטונג. 11 און זאָלסט מאַכן פֿופֿציק קופּערנע האָקן, און אַרײַנטאָן די האָקן אין די שלײפֿן, און באַהעפטן דאָס געצעלט, אַז עס זאָל זײַן אײנס. 12 און דער אַריבערהאַנג װאָס בלײַבט פֿון די פֿאָרהאַנגען פֿון געצעלט, דער איבעריקער האַלבער פֿאָרהאַנג, זאָל אַראָפּהענגען אױף דער הינטערשטער זײַט פֿון מִשכּן. 13 און די אײל פֿון דער זײַט, און די אײל פֿון דער אַנדער זײַט, װאָס בלײַבט איבער פֿון דער לענג פֿון די פֿאָרהאַנגען פֿון געצעלט, זאָל אַראָפּהענגען אױף די זײַטן פֿון מִשכּן, פֿון דער זײַט און פֿון דער אַנדער זײַט, אים צו פֿאַרדעקן. 14 און זאָלסט מאַכן אַ צודעק פֿאַר דעם געצעלט פֿון רױט-געפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און אַ צודעק פֿון תַּחַש-פֿעלן פֿון אױבן.
15 און זאָלסט מאַכן די ברעטער צום מִשכּן פֿון שִטים-האָלץ, שטײענדיק. 16 צען אײלן די לענג פֿון אַ ברעט, און אַן אײל און אַ האַלבע אײל די ברײט פֿון איטלעכן ברעט. 17 צװײ צאַפּנס צו איטלעכן ברעט, אײנער קעגן אַנדערן אַזױ װי שטאַפּלען; אַזױ זאָלסטו מאַכן צו אַלע ברעטער פֿון מִשכּן. 18 און זאָלסט מאַכן די ברעטער צום מִשכּן, צװאַנציק ברעטער פֿאַר דער דָרום-זײַט צו דָרום. 19 און פֿערציק זילבערנע שװעלן זאָלסטו מאַכן אונטער די צװאַנציק ברעטער; צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר זײַנע צװײ צאַפּנס, צו צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט פֿאַר זײַנע צװײ צאַפּנס. 20 און פֿאַר דער צװײטער זײַט פֿון מִשכּן, פֿאַר דער צפֿון-זײַט, צװאַנציק ברעטער, 21 מיט פֿערציק זילבערנע שװעלן צו זײ: צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט, צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט. 22 און פֿאַר דער הינטערשטער זײַט פֿון מִשכּן צו מערבֿ, זאָלסטו מאַכן זעקס ברעטער. 23 און צװײ ברעטער זאָלסטו מאַכן פֿאַר די װינקלען פֿון מִשכּן, אױף דער הינטערשטער זײַט. 24 און זײ זאָלן זײַן אַרײַנגעפּאַסט אונטן, און דעס גלײַכן זאָלן זײ זײַן אַרײַנגעפּאַסט אױבן ביז צום ערשטן רינג; אַזױ זאָל זײַן בײַ זײ בײדן; זײ זאָלן זײַן פֿאַר די צװײ װינקלען. 25 און עס װעלן זײַן אַכט ברעטער מיט זײערע זילבערנע שװעלן – זעכצן שװעלן: צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט, צװײ שװעלן אונטער אײן ברעט. 26 און זאָלסט מאַכן ריגלען פֿון שִטים-האָלץ; פֿינף פֿאַר די ברעטער פֿון אײן זײַט מִשכּן; 27 און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון דער צװײטער זײַט מִשכּן, און פֿינף ריגלען פֿאַר די ברעטער פֿון דער הינטערשטער זײַט מִשכּן, צו מערבֿ; 28 און דעם מיטלסטן ריגל אין מיטן פֿון די ברעטער, װאָס זאָל דורכריגלען פֿון עק צו עק. 29 און די ברעטער זאָלסטו איבערציען מיט גאָלד, און מאַכן צו זײ רינגען פֿון גאָלד, אױערן פֿאַר די ריגלען; און זאָלסט איבערציען די ריגלען מיט גאָלד. 30 און זאָלסט אױפֿשטעלן דעם מִשכּן אַזױ װי זײַן אָפּמעל װאָס איז דיר באַװיזן געװאָרן אױפֿן באַרג. 31 און זאָלסט מאַכן אַ פָּרוֹכֶת פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען; קונציק אױסגעאַרבעט, מיט כּרובֿים זאָל מען אים מאַכן. 32 און זאָלסט אים אַרױפֿטאָן אױף פֿיר זײַלן פֿון שִטים-האָלץ איבערגעצױגן מיט גאָלד, מיט זײערע העקלעך פֿון גאָלד, אױף פֿיר זילבערנע שװעלן. 33 און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם פָּרוֹכֶת אונטער די האָקן; און זאָלסט אַרײַנברענגען אַהין, אינעװײניק פֿון פָּרוֹכֶת, דעם אָרון פֿון געזעץ; און דער פָּרוֹכֶת װעט אײַך אָפּשײדן צװישן דעם הײליקטום און דעם קָדשֵי-קָדשים. 34 און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם דעק אױף דעם אָרון פֿון געזעץ, אין קָדשֵי-קָדשים. 35 און זאָלסט אַװעקשטעלן דעם טיש דרױסן פֿון פָּרוֹכֶת, און די מנוֹרה אַקעגן דעם טיש, אין דָרום-זײַט מִשכּן; און דעם טיש זאָלסטו שטעלן אין צפֿון-זײַט. 36 און זאָלסט מאַכן אַ פֿאָרהאַנג צום אײַנגאַנג פֿון געצעלט, פֿון בלאָער װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און געדרײַטן לײַנען, געשטיקטע אַרבעט. 37 און זאָלסט מאַכן צום פֿאָרהאַנג פֿינף זײַלן פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד; זײערע העקלעך פֿון גאָלד; און זאָלסט אױסגיסן פֿאַר זײ פֿינף קופּערנע שװעלן.
עברית
1 וְאֶת־הַמִּשְׁכָּ֥ן תַּעֲשֶׂ֖ה עֶ֣שֶׂר יְרִיעֹ֑ת שֵׁ֣שׁ מָשְׁזָ֗ר וּתְכֵ֤לֶת וְאַרְגָּמָן֙ וְתֹלַ֣עַת שָׁנִ֔י כְּרֻבִ֛ים מַעֲשֵׂ֥ה חֹשֵׁ֖ב תַּעֲשֶׂ֥ה אֹתָֽם׃ 2 אֹ֣רֶךְ הַיְרִיעָ֣ה הָֽאַחַ֗ת שְׁמֹנֶ֤ה וְעֶשְׂרִים֙ בָּֽאַמָּ֔ה וְרֹ֙חַב֙ אַרְבַּ֣ע בָּאַמָּ֔ה הַיְרִיעָ֖ה הָאֶחָ֑ת מִדָּ֥ה אַחַ֖ת לְכָל־הַיְרִיעֹֽת׃ 3 חֲמֵ֣שׁ הַיְרִיעֹ֗ת תִּֽהְיֶ֙יןָ֙ חֹֽבְרֹ֔ת אִשָּׁ֖ה אֶל־אֲחֹתָ֑הּ וְחָמֵ֤שׁ יְרִיעֹת֙ חֹֽבְרֹ֔ת אִשָּׁ֖ה אֶל־אֲחֹתָֽהּ׃ 4 וְעָשִׂ֜יתָ לֻֽלְאֹ֣ת תְּכֵ֗לֶת עַ֣ל שְׂפַ֤ת הַיְרִיעָה֙ הָאֶחָ֔ת מִקָּצָ֖ה בַּחֹבָ֑רֶת וְכֵ֤ן תַּעֲשֶׂה֙ בִּשְׂפַ֣ת הַיְרִיעָ֔ה הַקִּ֣יצוֹנָ֔ה בַּמַּחְבֶּ֖רֶת הַשֵּׁנִֽית׃ 5 חֲמִשִּׁ֣ים לֻֽלָאֹ֗ת תַּעֲשֶׂה֮ בַּיְרִיעָ֣ה הָאֶחָת֒ וַחֲמִשִּׁ֣ים לֻֽלָאֹ֗ת תַּעֲשֶׂה֙ בִּקְצֵ֣ה הַיְרִיעָ֔ה אֲשֶׁ֖ר בַּמַּחְבֶּ֣רֶת הַשֵּׁנִ֑ית מַקְבִּילֹת֙ הַלֻּ֣לָאֹ֔ת אִשָּׁ֖ה אֶל־אֲחֹתָֽהּ׃ 6 וְעָשִׂ֕יתָ חֲמִשִּׁ֖ים קַרְסֵ֣י זָהָ֑ב וְחִבַּרְתָּ֨ אֶת־הַיְרִיעֹ֜ת אִשָּׁ֤ה אֶל־אֲחֹתָהּ֙ בַּקְּרָסִ֔ים וְהָיָ֥ה הַמִּשְׁכָּ֖ן אֶחָֽד׃   פ
7 וְעָשִׂ֙יתָ֙ יְרִיעֹ֣ת עִזִּ֔ים לְאֹ֖הֶל עַל־הַמִּשְׁכָּ֑ן עַשְׁתֵּי־עֶשְׂרֵ֥ה יְרִיעֹ֖ת תַּעֲשֶׂ֥ה אֹתָֽם׃ 8 אֹ֣רֶךְ הַיְרִיעָ֣ה הָֽאַחַ֗ת שְׁלֹשִׁים֙ בָּֽאַמָּ֔ה וְרֹ֙חַב֙ אַרְבַּ֣ע בָּאַמָּ֔ה הַיְרִיעָ֖ה הָאֶחָ֑ת מִדָּ֣ה אַחַ֔ת לְעַשְׁתֵּ֥י עֶשְׂרֵ֖ה יְרִיעֹֽת׃ 9 וְחִבַּרְתָּ֞ אֶת־חֲמֵ֤שׁ הַיְרִיעֹת֙ לְבָ֔ד וְאֶת־שֵׁ֥שׁ הַיְרִיעֹ֖ת לְבָ֑ד וְכָפַלְתָּ֙ אֶת־הַיְרִיעָ֣ה הַשִּׁשִּׁ֔ית אֶל־מ֖וּל פְּנֵ֥י הָאֹֽהֶל׃ 10 וְעָשִׂ֜יתָ חֲמִשִּׁ֣ים לֻֽלָאֹ֗ת עַ֣ל שְׂפַ֤ת הַיְרִיעָה֙ הָֽאֶחָ֔ת הַקִּיצֹנָ֖ה בַּחֹבָ֑רֶת וַחֲמִשִּׁ֣ים לֻֽלָאֹ֗ת עַ֚ל שְׂפַ֣ת הַיְרִיעָ֔ה הַחֹבֶ֖רֶת הַשֵּׁנִֽית׃ 11 וְעָשִׂ֛יתָ קַרְסֵ֥י נְחֹ֖שֶׁת חֲמִשִּׁ֑ים וְהֵבֵאתָ֤ אֶת־הַקְּרָסִים֙ בַּלֻּ֣לָאֹ֔ת וְחִבַּרְתָּ֥ אֶת־הָאֹ֖הֶל וְהָיָ֥ה אֶחָֽד׃ 12 וְסֶ֙רַח֙ הָעֹדֵ֔ף בִּירִיעֹ֖ת הָאֹ֑הֶל חֲצִ֤י הַיְרִיעָה֙ הָעֹדֶ֔פֶת תִּסְרַ֕ח עַ֖ל אֲחֹרֵ֥י הַמִּשְׁכָּֽן׃ 13 וְהָאַמָּ֨ה מִזֶּ֜ה וְהָאַמָּ֤ה מִזֶּה֙ בָּעֹדֵ֔ף בְּאֹ֖רֶךְ יְרִיעֹ֣ת הָאֹ֑הֶל יִהְיֶ֨ה סָר֜וּחַ עַל־צִדֵּ֧י הַמִּשְׁכָּ֛ן מִזֶּ֥ה וּמִזֶּ֖ה לְכַסֹּתֽוֹ׃ 14 וְעָשִׂ֤יתָ מִכְסֶה֙ לָאֹ֔הֶל עֹרֹ֥ת אֵילִ֖ם מְאָדָּמִ֑ים וּמִכְסֵ֛ה עֹרֹ֥ת תְּחָשִׁ֖ים מִלְמָֽעְלָה׃   פ
15 וְעָשִׂ֥יתָ אֶת־הַקְּרָשִׁ֖ים לַמִּשְׁכָּ֑ן עֲצֵ֥י שִׁטִּ֖ים עֹמְדִֽים׃ 16 עֶ֥שֶׂר אַמּ֖וֹת אֹ֣רֶךְ הַקָּ֑רֶשׁ וְאַמָּה֙ וַחֲצִ֣י הָֽאַמָּ֔ה רֹ֖חַב הַקֶּ֥רֶשׁ הָאֶחָֽד׃ 17 שְׁתֵּ֣י יָד֗וֹת לַקֶּ֙רֶשׁ֙ הָאֶחָ֔ד מְשֻׁלָּבֹ֔ת אִשָּׁ֖ה אֶל־אֲחֹתָ֑הּ כֵּ֣ן תַּעֲשֶׂ֔ה לְכֹ֖ל קַרְשֵׁ֥י הַמִּשְׁכָּֽן׃ 18 וְעָשִׂ֥יתָ אֶת־הַקְּרָשִׁ֖ים לַמִּשְׁכָּ֑ן עֶשְׂרִ֣ים קֶ֔רֶשׁ לִפְאַ֖ת נֶ֥גְבָּה תֵימָֽנָה׃ 19 וְאַרְבָּעִים֙ אַדְנֵי־כֶ֔סֶף תַּעֲשֶׂ֕ה תַּ֖חַת עֶשְׂרִ֣ים הַקָּ֑רֶשׁ שְׁנֵ֨י אֲדָנִ֜ים תַּֽחַת־הַקֶּ֤רֶשׁ הָאֶחָד֙ לִשְׁתֵּ֣י יְדֹתָ֔יו וּשְׁנֵ֧י אֲדָנִ֛ים תַּֽחַת־הַקֶּ֥רֶשׁ הָאֶחָ֖ד לִשְׁתֵּ֥י יְדֹתָֽיו׃ 20 וּלְצֶ֧לַע הַמִּשְׁכָּ֛ן הַשֵּׁנִ֖ית לִפְאַ֣ת צָפ֑וֹן עֶשְׂרִ֖ים קָֽרֶשׁ׃ 21 וְאַרְבָּעִ֥ים אַדְנֵיהֶ֖ם כָּ֑סֶף שְׁנֵ֣י אֲדָנִ֗ים תַּ֚חַת הַקֶּ֣רֶשׁ הָֽאֶחָ֔ד וּשְׁנֵ֣י אֲדָנִ֔ים תַּ֖חַת הַקֶּ֥רֶשׁ הָאֶחָֽד׃ 22 וּֽלְיַרְכְּתֵ֥י הַמִּשְׁכָּ֖ן יָ֑מָּה תַּעֲשֶׂ֖ה שִׁשָּׁ֥ה קְרָשִֽׁים׃ 23 וּשְׁנֵ֤י קְרָשִׁים֙ תַּעֲשֶׂ֔ה לִמְקֻצְעֹ֖ת הַמִּשְׁכָּ֑ן בַּיַּרְכָתָֽיִם׃ 24 וְיִֽהְי֣וּ תֹֽאֲמִים֮ מִלְּמַטָּה֒ וְיַחְדָּ֗ו יִהְי֤וּ תַמִּים֙ עַל־רֹאשׁ֔וֹ אֶל־הַטַּבַּ֖עַת הָאֶחָ֑ת כֵּ֚ן יִהְיֶ֣ה לִשְׁנֵיהֶ֔ם לִשְׁנֵ֥י הַמִּקְצֹעֹ֖ת יִהְיֽוּ׃ 25 וְהָיוּ֙ שְׁמֹנָ֣ה קְרָשִׁ֔ים וְאַדְנֵיהֶ֣ם כֶּ֔סֶף שִׁשָּׁ֥ה עָשָׂ֖ר אֲדָנִ֑ים שְׁנֵ֣י אֲדָנִ֗ים תַּ֚חַת הַקֶּ֣רֶשׁ הָאֶחָ֔ד וּשְׁנֵ֣י אֲדָנִ֔ים תַּ֖חַת הַקֶּ֥רֶשׁ הָאֶחָֽד׃ 26 וְעָשִׂ֥יתָ בְרִיחִ֖ם עֲצֵ֣י שִׁטִּ֑ים חֲמִשָּׁ֕ה לְקַרְשֵׁ֥י צֶֽלַע־הַמִּשְׁכָּ֖ן הָאֶחָֽד׃ 27 וַחֲמִשָּׁ֣ה בְרִיחִ֔ם לְקַרְשֵׁ֥י צֶֽלַע־הַמִּשְׁכָּ֖ן הַשֵּׁנִ֑ית וַחֲמִשָּׁ֣ה בְרִיחִ֗ם לְקַרְשֵׁי֙ צֶ֣לַע הַמִּשְׁכָּ֔ן לַיַּרְכָתַ֖יִם יָֽמָּה׃ 28 וְהַבְּרִ֥יחַ הַתִּיכֹ֖ן בְּת֣וֹךְ הַקְּרָשִׁ֑ים מַבְרִ֕חַ מִן־הַקָּצֶ֖ה אֶל־הַקָּצֶֽה׃ 29 וְֽאֶת־הַקְּרָשִׁ֞ים תְּצַפֶּ֣ה זָהָ֗ב וְאֶת־טַבְּעֹֽתֵיהֶם֙ תַּעֲשֶׂ֣ה זָהָ֔ב בָּתִּ֖ים לַבְּרִיחִ֑ם וְצִפִּיתָ֥ אֶת־הַבְּרִיחִ֖ם זָהָֽב׃ 30 וַהֲקֵמֹתָ֖ אֶת־הַמִּשְׁכָּ֑ן כְּמִ֨שְׁפָּט֔וֹ אֲשֶׁ֥ר הָרְאֵ֖יתָ בָּהָֽר׃   ס 31 וְעָשִׂ֣יתָ פָרֹ֗כֶת תְּכֵ֧לֶת וְאַרְגָּמָ֛ן וְתוֹלַ֥עַת שָׁנִ֖י וְשֵׁ֣שׁ מָשְׁזָ֑ר מַעֲשֵׂ֥ה חֹשֵׁ֛ב יַעֲשֶׂ֥ה אֹתָ֖הּ כְּרֻבִֽים׃ 32 וְנָתַתָּ֣ה אֹתָ֗הּ עַל־אַרְבָּעָה֙ עַמּוּדֵ֣י שִׁטִּ֔ים מְצֻפִּ֣ים זָהָ֔ב וָוֵיהֶ֖ם זָהָ֑ב עַל־אַרְבָּעָ֖ה אַדְנֵי־כָֽסֶף׃ 33 וְנָתַתָּ֣ה אֶת־הַפָּרֹכֶת֮ תַּ֣חַת הַקְּרָסִים֒ וְהֵבֵאתָ֥ שָׁ֙מָּה֙ מִבֵּ֣ית לַפָּרֹ֔כֶת אֵ֖ת אֲר֣וֹן הָעֵד֑וּת וְהִבְדִּילָ֤ה הַפָּרֹ֙כֶת֙ לָכֶ֔ם בֵּ֣ין הַקֹּ֔דֶשׁ וּבֵ֖ין קֹ֥דֶשׁ הַקֳּדָשִֽׁים׃ 34 וְנָתַתָּ֙ אֶת־הַכַּפֹּ֔רֶת עַ֖ל אֲר֣וֹן הָעֵדֻ֑ת בְּקֹ֖דֶשׁ הַקֳּדָשִֽׁים׃ 35 וְשַׂמְתָּ֤ אֶת־הַשֻּׁלְחָן֙ מִח֣וּץ לַפָּרֹ֔כֶת וְאֶת־הַמְּנֹרָה֙ נֹ֣כַח הַשֻּׁלְחָ֔ן עַ֛ל צֶ֥לַע הַמִּשְׁכָּ֖ן תֵּימָ֑נָה וְהַ֨שֻּׁלְחָ֔ן תִּתֵּ֖ן עַל־צֶ֥לַע צָפֽוֹן׃ 36 וְעָשִׂ֤יתָ מָסָךְ֙ לְפֶ֣תַח הָאֹ֔הֶל תְּכֵ֧לֶת וְאַרְגָּמָ֛ן וְתוֹלַ֥עַת שָׁנִ֖י וְשֵׁ֣שׁ מָשְׁזָ֑ר מַעֲשֵׂ֖ה רֹקֵֽם׃ 37 וְעָשִׂ֣יתָ לַמָּסָ֗ךְ חֲמִשָּׁה֙ עַמּוּדֵ֣י שִׁטִּ֔ים וְצִפִּיתָ֤ אֹתָם֙ זָהָ֔ב וָוֵיהֶ֖ם זָהָ֑ב וְיָצַקְתָּ֣ לָהֶ֔ם חֲמִשָּׁ֖ה אַדְנֵ֥י נְחֹֽשֶׁת׃   ס