אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
2
רעד צו די קינדער פֿון ישׂראל, זײ זאָלן נעמען פֿאַר מיר אַן אָפּשײדונג; פֿון יעטװעדער מאַן װאָס זײַן האַרץ װעט אים באַװיליקן, זאָלט איר נעמען מײַן אָפּשײדונג.
3
און דאָס איז די אָפּשײדונג װאָס איר זאָלט נעמען פֿון זײ: גאָלד, און זילבער, און קופּער;
4
און בלאָע װאָל, און פּורפּל, און װערמילרױט, און לײַנען, און ציגנהאָר;
5
און רױטגעפֿאַרבטע װידערפֿעלן, און תַּחַשפֿעלן, און שִטים-האָלץ;
6
אײל פֿאַר דער לײַכטונג, בשׂמים פֿאַר דעם אײל פֿון זאַלבונג, און פֿאַר דעם װײַרױך פֿון שמעקעדיקע געװירצן;
7
אָניקלשטײנער, און שטײנער צום אײַנפֿאַסן, פֿאַר דעם אֵפֿוֹד, און פֿאַר דעם חוֹשֶן.
8
און זײ זאָלן מיר מאַכן אַ הײליקטום, אַז איך זאָל רוען צװישן זײ.
9
אַזױ װי אַלץ װאָס איך װײַז דיר, די געשטאַלט פֿון דעם מִשכּן, און די געשטאַלט פֿון אַלע זײַנע כּלים, אָט אַזױ זאָלט איר מאַכן.
10
און זײ זאָלן מאַכן אַן אָרון פֿון שִטים-האָלץ; צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך.
11
און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד – פֿון אינעװײניק און פֿון אױסנװײניק זאָלסטו אים איבערציען; און זאָלסט מאַכן אױף אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום.
12
און זאָלסט אױסגיסן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען, און אַרױפֿטאָן אױף זײַנע פֿיר פֿיס; און צװײ רינגען זאָלן זײַן אױף זײַן אײן זײַט, און צװײ רינגען אױף זײַן צװײטער זײַט.
13
און זאָלסט מאַכן שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד.
14
און זאָלסט אַרײַנציען די שטאַנגען אין די רינגען בײַ די זײַטן פֿון אָרון, צו טראָגן אױף זײ דעם אָרון.
15
אין די רינגען פֿון אָרון זאָלן די שטאַנגען זײַן, זײ זאָלן ניט אָפּגעטאָן װערן פֿון אים.
16
און זאָלסט אַרײַנטאָן אין דעם אָרון דאָס געזעץ װאָס איך װעל דיר געבן.
17
און זאָלסט מאַכן אַ דעק פֿון רײנעם גאָלד; צװײ אײלן און אַ האַלב זײַן לענג, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן ברײט.
18
און זאָלסט מאַכן צװײ גילדערנע כּרובֿים; געהאַמערט זאָלסטו זײ מאַכן, בײַ בײדע עקן פֿון דעק.
19
און מאַך אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער זײַט, און אײן כּרובֿ בײַם עק פֿון דער אַנדער זײַט; פֿון דעם דעק גופֿא זאָלט איר מאַכן די כּרובֿים בײַ זײַנע בײדע עקן.
20
און די כּרובֿים זאָלן אױסשפּרײטן די פֿליגלען צו דער הײך, שירעמענדיק מיט זײערע פֿליגלען איבער דעם דעק, מיט זײערע פּנימער אײנער אַקעגן אַנדערן; צום דעק צו זאָלן זײַן די פּנימער פֿון די כּרובֿים.
21
און זאָלסט אַרױפֿטאָן דעם דעק אױבן אױפֿן אָרון; און אין דעם אָרון זאָלסטו אַרײַנטאָן דאָס געזעץ װאָס איך װעל דיר געבן.
22
און איך װעל זיך דאָרטן אַנטפּלעקן צו דיר, און װעל רעדן מיט דיר פֿון איבערן דעק, פֿון צװישן די צװײ כּרובֿים װאָס איבער דעם אָרון פֿון געזעץ, אַלץ װאָס איך װעל דיר באַפֿעלן פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
23
און זאָלסט מאַכן אַ טיש פֿון שִטים-האָלץ; צװײ אײלן זײַן לענג, און אַן אײל זײַן ברײט, און אַן אײל און אַ האַלב זײַן הײך.
24
און זאָלסט אים איבערציען מיט רײנעם גאָלד, און מאַכן צו אים אַ גילדערנעם קראַנץ רונד אַרום.
25
און זאָלסט מאַכן צו אים אַ לײַסט פֿון אַ האַנטברײט רונד אַרום, און מאַכן אַ גילדערנעם קראַנץ צו זײַן לײַסט רונד אַרום.
26
און זאָלסט מאַכן פֿאַר אים פֿיר גילדערנע רינגען, און אַרױפֿטאָן די רינגען אױף די פֿיר װינקלען װאָס אױף זײַנע פֿיר פֿיס.
27
לעבן דעם לײַסט זאָלן זײַן די רינגען, פֿאַר אױערן פֿאַר די שטאַנגען צו טראָגן דעם טיש.
28
און זאָלסט מאַכן די שטאַנגען פֿון שִטים-האָלץ, און זײ איבערציען מיט גאָלד; און דער טיש זאָל געטראָגן װערן אױף זײ.
29
און זאָלסט מאַכן זײַנע שיסלען, און זײַנע שאָלן, און זײַנע קאַנען, און זײַנע בעכערס, װאָס מיט זײ װערט געגאָסן; פֿון רײנעם גאָלד זאָלסטו זײ מאַכן.
30
און זאָלסט אַרױפֿטאָן אױפֿן טיש דאָס ברױט פֿון אָנגעזיכט פֿאַר מיר תּמיד.
31
און זאָלסט מאַכן אַ מנוֹרה פֿון רײנעם גאָלד; געהאַמערט זאָל די מנוֹרה געמאַכט װערן, איר פֿוסגעשטעל, און איר שטאַם; אירע בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען – זאָלן זײַן פֿון איר גופֿא.
32
און זעקס רערן זאָלן אַרױסגײן פֿון אירע זײַטן, דרײַ רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון איר אײן זײַט, און דרײַ רערן פֿון דער מנוֹרה פֿון איר צװײטער זײַט.
33
דרײַ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ און אַ בלום אױף אײן רער, און דרײַ מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך פֿון אַ קנאָפּ און אַ בלום אױפֿן אַנדער רער; אַזױ פֿאַר די זעקס רערן, װאָס גײען אַרױס פֿון דער מנוֹרה.
34
און אױף דער מנוֹרה פֿיר מאַנדלקװײטיקע בעכערלעך – אירע קנעףּ און אירע בלומען. און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר,
35
און אַ קנאָפּ אונטער צװײ רערן פֿון איר, פֿאַר די זעקס רערן װאָס גײען אַרױס פֿון דער מנוֹרה.
36
זײערע קנעףּ און זײערע רערן זאָלן זײַן פֿון איר גופֿא, אין גאַנצן אײן אױסהאַמערונג פֿון רײנעם גאָלד.
37
און זאָלסט מאַכן צו איר זיבן רערלעך, און מע זאָל אָנצינדן אירע רערלעך, און מאַכן לײַכטן צו איר פֿאָדערזײַט צו.
38
און אירע צװענגלעך און אירע אַשפֿענדלעך זאָלן זײַן פֿון רײנעם גאָלד.
39
פֿון צענטנער רײנעם גאָלד זאָל מען זי מאַכן מיט אַלע די דאָזיקע כּלים.
40
און זע זאָלסט מאַכן לױט זײער געשטאַלט, װאָס דיר װערט געװיזן אױפֿן באַרג.