Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און צו משהן האָט ער געזאָגט: גײ אַרױף צו גאָט, דו, און אַהרן, נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, און זיבעציק פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל, און איר זאָלט זיך בוקן פֿון דער װײַטן. 2 און משה אַלײן זאָל גענענען צו גאָט; אָבער זײ זאָלן ניט גענענען. און דאָס פֿאָלק זאָל ניט אַרױפֿגײן מיט אים. 3 איז משה געקומען, און האָט דערצײלט דעם פֿאָלק אַלע װערטער פֿון גאָט, און אַלע געזעצן; און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געענטפֿערט מיט אײן קָול, און געזאָגט: אַלע װערטער װאָס גאָט האָט גערעדט װעלן מיר טאָן. 4 און משה האָט פֿאַרשריבן אַלע װערטער פֿון גאָט, און ער האָט זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, און האָט געבױט אַ מזבח אונטערן באַרג, און צװעלף זײַלשטײנער אַקעגן די צװעלף שבֿטים פֿון ישׂראל. 5 און ער האָט געשיקט די יונגע לײַט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און זײ האָבן אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער און געשלאַכט אָקסן פֿרידאָפּפֿער צו גאָט. 6 און משה האָט גענומען העלפֿט פֿון דעם בלוט, און אַרײַנגעטאָן אין בעקנס, און העלפֿט פֿון דעם בלוט האָט ער געשפּרענגט אױפֿן מזבח. 7 און ער האָט גענומען דאָס בוך פֿון בונד, און געלײענט אין די אױערן פֿון פֿאָלק; און זײ האָבן געזאָגט: אַלץ װאָס גאָט האָט גערעדט װעלן מיר טאָן און געהאָרכן. 8 און משה האָט גענומען דאָס בלוט, און האָט געשפּרענגט אױפֿן פֿאָלק, און האָט געזאָגט: אָט איז דאָס בלוט פֿון דעם בונד װאָס גאָט האָט געשלאָסן מיט אײַך אױף אַלע די דאָזיקע װערטער. 9 און משה, און אַהרן, נָדָבֿ, און אַבֿיהוא, און זיבעציק פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל, זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען; 10 און זײ האָבן געזען דעם גאָט פֿון ישׂראל; און אונטער זײַנע פֿיס איז געװען אַזױ װי אַ פֿלאַסטערװערק פֿון סאַפּירשטײן, און אַזױ װי דער הימל אַלײן אין לױטערקײט. 11 און אױף די אַדללײַט פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט ער ניט אױסגעשטרעקט זײַן האַנט; און זײ האָבן געזען גאָט, און האָבן געגעסן און געטרונקען. 12 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: קום אַרױף צו מיר אױפֿן באַרג, און זײַ דאָרטן, און איך װעל דיר געבן די שטײנערנע לוחות מיט דער תּוֹרה און דעם געבאָט װאָס איך האָב אױפֿגעשריבן זײ צו לערנען. 13 איז אױפֿגעשטאַנען משה, און זײַן באַדינער יהוֹשועַ, און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג פֿון גאָט. 14 און צו די עלטסטע האָט ער געזאָגט: האַרט דאָ אױף אונדז, ביז װאַנען מיר װעלן זיך אומקערן צו אײַך. און אָט זײַנען אַהרן און חור מיט אײַך; װער עס האָט אַ משפּט זאָל גענענען צו זײ. 15 און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג, און דער װאָלקן האָט צוגעדעקט דעם באַרג. 16 און די פּראַכט פֿון גאָט האָט גערוט אױפֿן באַרג סינַי, און דער װאָלקן האָט אים אײַנגעדעקט זעקס טעג; און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערופֿן צו משהן פֿון װאָלקן. 17 און דאָס אױסזען פֿון גאָטס פּראַכט איז געװען אַזױ װי אַ פֿאַרצערעדיק פֿײַער אױפֿן שפּיץ באַרג, פֿאַר די אױגן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. 18 און משה איז אַרײַנגעגאַנגען אין מיטן װאָלקן, און איז אַרױף אױפֿן באַרג; און משה איז געװען אױפֿן באַרג פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט.
עברית
1 וְאֶל־מֹשֶׁ֨ה אָמַ֜ר עֲלֵ֣ה אֶל־יְהוָ֗ה אַתָּה֙ וְאַהֲרֹן֙ נָדָ֣ב וַאֲבִיה֔וּא וְשִׁבְעִ֖ים מִזִּקְנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל וְהִשְׁתַּחֲוִיתֶ֖ם מֵרָחֹֽק׃ 2 וְנִגַּ֨שׁ מֹשֶׁ֤ה לְבַדּוֹ֙ אֶל־יְהוָ֔ה וְהֵ֖ם לֹ֣א יִגָּ֑שׁוּ וְהָעָ֕ם לֹ֥א יַעֲל֖וּ עִמּֽוֹ׃ 3 וַיָּבֹ֣א מֹשֶׁ֗ה וַיְסַפֵּ֤ר לָעָם֙ אֵ֚ת כָּל־דִּבְרֵ֣י יְהוָ֔ה וְאֵ֖ת כָּל־הַמִּשְׁפָּטִ֑ים וַיַּ֨עַן כָּל־הָעָ֜ם ק֤וֹל אֶחָד֙ וַיֹּ֣אמְר֔וּ כָּל־הַדְּבָרִ֛ים אֲשֶׁר־דִּבֶּ֥ר יְהוָ֖ה נַעֲשֶֽׂה׃ 4 וַיִּכְתֹּ֣ב מֹשֶׁ֗ה אֵ֚ת כָּל־דִּבְרֵ֣י יְהוָ֔ה וַיַּשְׁכֵּ֣ם בַּבֹּ֔קֶר וַיִּ֥בֶן מִזְבֵּ֖חַ תַּ֣חַת הָהָ֑ר וּשְׁתֵּ֤ים עֶשְׂרֵה֙ מַצֵּבָ֔ה לִשְׁנֵ֥ים עָשָׂ֖ר שִׁבְטֵ֥י יִשְׂרָאֵֽל׃ 5 וַיִּשְׁלַ֗ח אֶֽת־נַעֲרֵי֙ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל וַיּֽ͏ַעֲל֖וּ עֹלֹ֑ת וַֽיִּזְבְּח֞וּ זְבָחִ֧ים שְׁלָמִ֛ים לַיהוָ֖ה פָּרִֽים׃ 6 וַיִּקַּ֤ח מֹשֶׁה֙ חֲצִ֣י הַדָּ֔ם וַיָּ֖שֶׂם בָּאַגָּנֹ֑ת וַחֲצִ֣י הַדָּ֔ם זָרַ֖ק עַל־הַמִּזְבֵּֽחַ׃ 7 וַיִּקַּח֙ סֵ֣פֶר הַבְּרִ֔ית וַיִּקְרָ֖א בְּאָזְנֵ֣י הָעָ֑ם וַיֹּ֣אמְר֔וּ כֹּ֛ל אֲשֶׁר־דִּבֶּ֥ר יְהוָ֖ה נַעֲשֶׂ֥ה וְנִשְׁמָֽע׃ 8 וַיִּקַּ֤ח מֹשֶׁה֙ אֶת־הַדָּ֔ם וַיִּזְרֹ֖ק עַל־הָעָ֑ם וַיֹּ֗אמֶר הִנֵּ֤ה דַֽם־הַבְּרִית֙ אֲשֶׁ֨ר כָּרַ֤ת יְהוָה֙ עִמָּכֶ֔ם עַ֥ל כָּל־הַדְּבָרִ֖ים הָאֵֽלֶּה׃ 9 וַיַּ֥עַל מֹשֶׁ֖ה וְאַהֲרֹ֑ן נָדָב֙ וַאֲבִיה֔וּא וְשִׁבְעִ֖ים מִזִּקְנֵ֥י יִשְׂרָאֵֽל׃ 10 וַיִּרְא֕וּ אֵ֖ת אֱלֹהֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל וְתַ֣חַת רַגְלָ֗יו כְּמַעֲשֵׂה֙ לִבְנַ֣ת הַסַּפִּ֔יר וּכְעֶ֥צֶם הַשָּׁמַ֖יִם לָטֹֽהַר׃ 11 וְאֶל־אֲצִילֵי֙ בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל לֹ֥א שָׁלַ֖ח יָד֑וֹ וַֽיֶּחֱזוּ֙ אֶת־הָ֣אֱלֹהִ֔ים וַיֹּאכְל֖וּ וַיִּשְׁתּֽוּ׃   ס 12 וַיֹּ֨אמֶר יְהוָ֜ה אֶל־מֹשֶׁ֗ה עֲלֵ֥ה אֵלַ֛י הָהָ֖רָה וֶהְיֵה־שָׁ֑ם וְאֶתְּנָ֨ה לְךָ֜ אֶת־לֻחֹ֣ת הָאֶ֗בֶן וְהַתּוֹרָה֙ וְהַמִּצְוָ֔ה אֲשֶׁ֥ר כָּתַ֖בְתִּי לְהוֹרֹתָֽם׃ 13 וַיָּ֣קָם מֹשֶׁ֔ה וִיהוֹשֻׁ֖עַ מְשָׁרְת֑וֹ וַיַּ֥עַל מֹשֶׁ֖ה אֶל־הַ֥ר הָאֱלֹהִֽים׃ 14 וְאֶל־הַזְּקֵנִ֤ים אָמַר֙ שְׁבוּ־לָ֣נוּ בָזֶ֔ה עַ֥ד אֲשֶׁר־נָשׁ֖וּב אֲלֵיכֶ֑ם וְהִנֵּ֨ה אַהֲרֹ֤ן וְחוּר֙ עִמָּכֶ֔ם מִי־בַ֥עַל דְּבָרִ֖ים יִגַּ֥שׁ אֲלֵהֶֽם׃ 15 וַיַּ֥עַל מֹשֶׁ֖ה אֶל־הָהָ֑ר וַיְכַ֥ס הֶעָנָ֖ן אֶת־הָהָֽר׃ 16 וַיִּשְׁכֹּ֤ן כְּבוֹד־יְהוָה֙ עַל־הַ֣ר סִינַ֔י וַיְכַסֵּ֥הוּ הֶעָנָ֖ן שֵׁ֣שֶׁת יָמִ֑ים וַיִּקְרָ֧א אֶל־מֹשֶׁ֛ה בַּיּ֥וֹם הַשְּׁבִיעִ֖י מִתּ֥וֹךְ הֶעָנָֽן׃ 17 וּמַרְאֵה֙ כְּב֣וֹד יְהוָ֔ה כְּאֵ֥שׁ אֹכֶ֖לֶת בְּרֹ֣אשׁ הָהָ֑ר לְעֵינֵ֖י בְּנֵ֥י יִשְׂרָאֵֽל׃ 18 וַיָּבֹ֥א מֹשֶׁ֛ה בְּת֥וֹךְ הֶעָנָ֖ן וַיַּ֣עַל אֶל־הָהָ֑ר וַיְהִ֤י מֹשֶׁה֙ בָּהָ֔ר אַרְבָּעִ֣ים י֔וֹם וְאַרְבָּעִ֖ים לָֽיְלָה׃   פ