אידיש
1
און גאָט האָט גערעדט אַלע די דאָזיקע װערטער, אַזױ צו זאָגן:
2
איך בין יהוה דײַן גאָט, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.
3
זאָלסט ניט האָבן אַנדערע געטער פֿאַר מײַן פּנים.
4
זאָלסט דיר ניט מאַכן אַ געשניץ, אָדער אַ שום געשטאַלט פֿון װאָס אין הימל אױבן, אָדער װאָס אױף דער ערד אונטן, אָדער װאָס אין װאַסער אונטער דער ערד.
5
זאָלסט זיך ניט בוקן צו זײ, און זאָלסט זײ ניט דינען; װאָרום איך יהוה דײַן גאָט בין אַ צערנדיקער גאָט, װאָס רעכן זיך פֿאַר די זינד פֿון די פֿאָטערס מיט די קינדער, מיטן דריטן און מיטן פֿירטן דָור פֿון די װאָס האָבן מיך פֿײַנט,
6
און טו חסד מיטן טױזנטסטן גליד פֿון די װאָס האָבן מיך ליב, און פֿון די װאָס היטן מײַנע געבאָט.
7
זאָלסט ניט אַרױפֿברענגען דעם נאָמען פֿון יהוה דײַן גאָט צום פֿאַלשן, װאָרום יהוה שענקט ניט דעם װאָס ברענגט אַרױף זײַן נאָמען צום פֿאַלשן.
8
געדענק דעם טאָג פֿון שבת, אים צו האַלטן הײליק.
9
זעקס טעג זאָלסטו אַרבעטן, און טאָן אַלע דײַנע מלאָכות;
10
אָבער דער זיבעטער טאָג איז שבת צו יהוה דײַן גאָט, זאָלסטו ניט טאָן קײן מלאָכה, דו, און דײַן זון, און דײַן טאָכטער, דײַן קנעכט, און דײַן דינסט, און דײַן בהמה, און דײַן פֿרעמדער װאָס אין דײַנע טױערן.
11
װאָרום זעקס טעג האָט גאָט געמאַכט דעם הימל און די ערד, דעם ים, און אַלץ װאָס אין זײ, און אױפֿן זיבעטן טאָג האָט ער גערוט; דרום האָט גאָט געבענטשט דעם טאָג פֿון שבת, און האָט אים געהײליקט.
12
האַלט אין כּבוד דײַן פֿאָטער און דײַן מוטער, כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן אױף דער ערד װאָס יהוה דײַן גאָט גיט דיר.
13
זאָלסט ניט הרגען.
14
זאָלסט ניט מזַנה זײַן.
15
זאָלסט ניט גנבֿען.
16
זאָלסט ניט זאָגן אױף דײַן חבֿר פֿאַלשע עדות.
17
זאָלסט ניט גלוסטן דײַן חבֿרס הױז; זאָלסט ניט גלוסטן דײַן חבֿרס װײַב, אָדער זײַן קנעכט, אָדער זײַן דינסט, אָדער זײַן אָקס, אָדער זײַן אײזל, אָדער װאָס נאָר עס איז דײַן חבֿרס.
18
און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט בײגעװוינט די דונערן, און די פלאַמען, און דעם קָול פֿון שוֹפֿר, און דעם רױכיקן באַרג; און װי דאָס פֿאָלק האָט עס געזען, אַזױ האָבן זײ געציטערט, און זײַנען געשטאַנען פֿון דער װײַטן.
19
און זײ האָבן געזאָגט צו משהן: רעד דו צו אונדז, און מיר װעלן הערן, און זאָל ניט רעדן צו אונדז גאָט; מיר װעלן חלילה שטאַרבן.
20
האָט משה געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן, װאָרום כּדי אײַך צו פּרוּװן איז גאָט געקומען, און כּדי זײַן מוֹרא זאָל זײַן פֿאַר אײַער פּנים, אַז איר זאָלט ניט זינדיקן.
21
איז דאָס פֿאָלק געשטאַנען פֿון דער װײַטן, און משה האָט גענענט צו דעם נעבל װאָס דאָרטן איז געװען גאָט.
22
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו די קינדער פֿון ישׂראל: איר האָט געזען אַז פֿון הימל האָב איך גערעדט צו אײַך.
23
איר זאָלט ניט מאַכן לעבן מיר געטער פֿון זילבער, און געטער פֿון גאָלד זאָלט איר אײַך ניט מאַכן.
24
אַ מזבח פֿון ערד זאָלסטו מיר מאַכן, און שלאַכטן אױף אים דײַנע בראַנדאָפּפֿער און דײַנע פֿרידאָפּפֿער, דײַנע שאָפּ און דײַנע רינדער; אין יעטװעדער אָרט װוּ איך װעל מאַכן דערמאָנען מײַן נאָמען, װעל איך קומען צו דיר, און װעל דיך בענטשן.
25
און אױב אַ מזבח פֿון שטײנער װעסטו מיר מאַכן, זאָלסטו זײ ניט בױען געהאַקטע, װאָרום דײַן האַקאײַזן האָסטו אױפֿגעהױבן דערױף, און האָסט עס פֿאַרשװעכט.
26
און זאָלסט ניט אַרױפֿגײן מיט טרעפּ אױף מײַן מזבח, כּדי זײַן נאַקעטקײט זאָל ניט אַנטפּלעקט װערן אױף אים.