אידיש
1
אין דריטן חוֹדש נאָכן אַרױסגײן פֿון די קינדער פֿון ישׂראל פֿון לאַנד מִצרַיִם, אין דעם דאָזיקן טאָג, זײַנען זײ אָנגעקומען אין מדבר סינַי.
2
און אַז זײ האָבן געצױגן פֿון רפידים, און זײַנען געקומען אין מדבר סינַי, האָבן זײ גערוט אין מדבר; און ישׂראל האָט דאָרטן גערוט אַקעגן באַרג.
3
און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען צו גאָט, און גאָט האָט גערופֿן צו אים פֿון באַרג, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צום הױז פֿון יעקבֿ, און דערצײלן די קינדער פֿון ישׂראל:
4
איר האָט געזען װאָס איך האָב געטאָן צו מִצרַיִם, און װי איך האָב אײַך געטראָגן אױף אָדלערפליגלען, און האָב אײַך געבראַכט צו מיר.
5
און אַצונד, אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מײַן קָול, און איר װעט היטן מײַן בונד, װעט איר זײַן מײַן באַזונדער אײגנס פֿון צװישן אַלע אומות; װאָרום צו מיר געהערט די גאַנצע ערד.
6
און איר װעט מיר זײַן אַ קיניגרײַך פֿון כֹּהנים, און אַ הײליק פֿאָלק. דאָס זײַנען די װערטער װאָס דו זאָלסט רעדן צו די קינדער פֿון ישׂראל.
7
און משה איז געקומען און האָט צונױפֿגערופֿן די עלטסטע פֿון פֿאָלק, און ער האָט פֿאַר זײ געלײגט אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס גאָט האָט אים באַפֿױלן.
8
האָט געענטפֿערט דאָס גאַנצע פֿאָלק אין אײנעם און געזאָגט: אַלץ װאָס גאָט האָט גערעדט, װעלן מיר טאָן. און משה האָט צוריקגעבראַכט די װערטער פֿון פֿאָלק צו גאָט.
9
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: זע, איך קום צו דיר אין אַ געדיכטן װאָלקן, כּדי דאָס פֿאָלק זאָל הערן װי איך רעד מיט דיר, און אױך אין דיר זאָלן זײ גלױבן אױף אײביק. און משה האָט דערצײלט די װערטער פֿון פֿאָלק צו גאָט.
10
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: גײ צום פֿאָלק, און זאָלסט זײ הײליקן הײַנט און מאָרגן, און זײ זאָלן װאַשן זײערע קלײדער;
11
און זײ זאָלן זײַן אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג, װאָרום אױפֿן דריטן טאָג װעט גאָט אַראָפּנידערן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנצן פֿאָלק אױפֿן באַרג סינַי.
12
און זאָלסט אָפּגרענעצן דאָס פֿאָלק רונד אַרום, אַזױ צו זאָגן: היט אײַך אַרױפֿצוגײן אױפֿן באַרג, אָדער זיך אָנרירן אָן זײַן ברעג. איטלעכער װאָס רירט זיך אָן אָן דעם באַרג זאָל טײטן געטײט װערן;
13
אַ האַנט זאָל זיך ניט אָנרירן אָן אים, נײַערט פֿאַרשטײנען זאָל ער פֿאַרשטײנט װערן, אָדער שיסן זאָל ער געשאָסן װערן; סײַ אַ בהמה, סײַ אַ מענטש, זאָל ער ניט בלײַבן לעבן. ערשט אַז דער האָרן גיט אַן אױסגעצױגענעם בלאָז, מעגן זײ אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג.
14
האָט משה אַראָפּגענידערט פֿון באַרג צום פֿאָלק, און האָט געהײליקט דאָס פֿאָלק, און זײ האָבן געװאַשן זײערע קלײדער.
15
און ער האָט געזאָגט צום פֿאָלק: זײַט אָנגעברײט אױפֿן דריטן טאָג; איר זאָלט ניט גענענען צו אַ פרױ.
16
און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג, װי עס איז געװאָרן פֿרימאָרגן, אַזױ זײַנען געװאָרן דונערן און בליצן, און אַ שװערער װאָלקן אױפֿן באַרג, און דער קָול פֿון שוֹפר איז געװען זײער שטאַרק, און דאָס גאַנצע פֿאָלק װאָס אין לאַגער האָט געציטערט.
17
און משה האָט אַרױסגעפֿירט דאָס פֿאָלק פֿון לאַגער גאָט אַנטקעגן, און זײ האָבן זיך געשטעלט אונטערן באַרג.
18
און דער באַרג סינַי איז געװען אין גאַנצן אין רױך, פֿון װעגן װאָס גאָט האָט אַראָפּגענידערט אױף אים מיט פֿײַער; און זײַן רױך איז אױפֿגעגאַנגען אַזױ װי דער רױך פֿון אַ קאַלכאױװן, און דער גאַנצער באַרג האָט זײער געציטערט.
19
און דער קָול פֿון שוֹפֿר איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער; משה האָט גערעדט, און גאָט האָט אים געענטפֿערט אױפֿן קָול.
20
און גאָט האָט אַראָפּגענידערט אױפֿן באַרג סינַי, אױפֿן שפּיץ באַרג, און גאָט האָט גערופֿן משהן אױפֿן שפּיץ באַרג, און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען.
21
און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: נידער אַראָפּ, װאָרן דאָס פֿאָלק; זײ װעלן זיך חלילה דורכרײַסן צו גאָט צו קוקן, און עס װעלן פֿאַלן פֿון זײ אַ סך.
22
און אױך די כֹּהנים װאָס גענענען צו גאָט, זאָלן זיך הײליקן, כּדי גאָט זאָל ניט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ.
23
האָט משה געזאָגט צו גאָט: דאָס פֿאָלק קען ניט אַרױפֿגײן אױפֿן באַרג סינַי, װאָרום דו האָסט דאָך אונדז אָנגעזאָגט, אַזױ צו זאָגן: גרענעץ אָפּ דעם באַרג, און זאָלסט אים הײליקן.
24
האָט גאָט צו אים געזאָגט: גײ נידער אַראָפּ, און זאָלסט אַרױפֿקומען, דו, און אַהרן מיט דיר; אָבער די כֹּהנים און דאָס פֿאָלק זאָלן זיך ניט דורכרײַסן אַרױפֿצוגײן צו גאָט, כּדי ער זאָל ניט מאַכן אַ בראָך צװישן זײ.
25
האָט משה אַראָפּגענידערט צום פֿאָלק, און זײ געזאָגט.