Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט געצױגן פֿון מדבר סין אױף זײערע ציִונגען, לױט דעם מױל פֿון גאָט, און זײ האָבן גערוט אין רפידים; און עס איז ניט געװען קײן װאַסער פֿאַרן פֿאָלק צום טרינקען. 2 און דאָס פֿאָלק האָט זיך געקריגט מיט משהן, און זײ האָבן געזאָגט: גיט אונדז װאַסער, מיר זאָלן טרינקען. האָט משה צו זײ געזאָגט: װאָס קריגט איר זיך מיט מיר? װאָס פּרוּװט איר גאָט? 3 און דאָס פֿאָלק האָט דאָרטן געדאָרשט נאָך װאַסער, און דאָס פֿאָלק האָט געמורמלט אַקעגן משהן, און האָט געזאָגט: נאָך װאָס גאָר האָסטו אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם, צו טײטן מיך און מײַנע קינדער און מײַנע פי דורך דאָרשט? 4 האָט משה געשריען צו גאָט, אַזױ צו זאָגן: װאָס זאָל איך טאָן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק? נאָך אַ ביסל און זײ װעלן מיך פֿאַרשטײנען. 5 האָט גאָט געזאָגט צו משהן: גײ פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק, און נעם מיט דיר פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל; און דײַן שטעקן, װאָס דו האָסט מיט אים געשלאָגן דעם טײַך, נעם אין דײַן האַנט, און זאָלסט גײן. 6 זע, איך װעל דאָרטן שטײן פֿאַר דיר אױפֿן פעלז אין חוֹרֵב; און זאָלסט שלאָגן דעם פעלז, און עס װעט אַרױסגײן פֿון אים װאַסער, און דאָס פֿאָלק װעט טרינקען. און משה האָט אַזױ געטאָן פֿאַר די אױגן פֿון די עלטסטע פֿון ישׂראל. 7 און ער האָט גערופֿן דעם נאָמען פֿון דעם אָרט מַסָה און מריבָה, פֿון װעגן דעם קריגן זיך פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, און פֿון װעגן זײער פּרוּװן גאָט, אַזױ צו זאָגן: איז גאָט פֿאַראַן צװישן אונדז אָדער ניט?
8 און עַמָלֵק איז געקומען, און האָט מלחמה געהאַלטן מיט ישׂראל אין רפידים. 9 האָט משה געזאָגט צו יהוֹשוען: קלײַב אונדז אױס מענער, און גײ אַרױס, האַלט מלחמה מיט עַמָלֵק. מאָרגן װעל איך זיך שטעלן אױפֿן שפּיץ באַרג, מיט דעם שטעקן פֿון גאָט אין מײַן האַנט. 10 האָט יהוֹשועַ געטאָן אַזױ װי משה האָט אים אָנגעזאָגט – מלחמה צו האַלטן מיט עַמָלֵק. און משה, אַהרן, און חור זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ באַרג. 11 און עס איז געװען, װי משה האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט, אַזױ האָט גוֹבר געװען ישׂראל, און װי ער האָט אַראָפּגעלאָזט זײַן האַנט, אַזױ האָט גוֹבר געװען עַמָלֵק. 12 און משהס הענט זײַנען געװאָרן שװער; האָבן זײ גענומען אַ שטײן און אַװעקגעלײגט אונטער אים, און ער האָט זיך דערױף געזעצט. און אַהרן און חור האָבן אונטערגעלענט זײַנע הענט, אײנער פֿון דער זײַט, און אײנער פֿון דער אַנדער זײַט; און זײַנע הענט זײַנען געבליבן פֿעסט ביז זונאונטערגאַנג. 13 און יהוֹשועַ האָט פֿאַרשלאַפט עַמָלֵק און זײַן פֿאָלק מיטן שאַרף פֿון שװערד.
14 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: שרײַב דאָס אױף פֿאַר אַ געדעכעניש אין אַ בוך, און טו עס אין די אױערן פֿון יהוֹשוען, אַז אױסמעקן װעל איך אױסמעקן דעם זֵכר פֿון עַמָלֵק, פֿון אונטערן הימל. 15 און משה האָט געבױט אַ מזבח, און האָט גערופֿן זײַן נאָמען יהוה-נִסי. 16 און ער האָט געזאָגט: פֿאַר װאָר, די האַנט אױפֿן טראָן פֿון יָה! מלחמה איז בײַ יהוה מיט עַמָלֵק פֿון דָור צו דָור.
עברית
1 וַ֠יִּסְעוּ כָּל־עֲדַ֨ת בְּנֵֽי־יִשְׂרָאֵ֧ל מִמִּדְבַּר־סִ֛ין לְמַסְעֵיהֶ֖ם עַל־פִּ֣י יְהוָ֑ה וַֽיַּחֲנוּ֙ בִּרְפִידִ֔ים וְאֵ֥ין מַ֖יִם לִשְׁתֹּ֥ת הָעָֽם׃ 2 וַיָּ֤רֶב הָעָם֙ עִם־מֹשֶׁ֔ה וַיֹּ֣אמְר֔וּ תְּנוּ־לָ֥נוּ מַ֖יִם וְנִשְׁתֶּ֑ה וַיֹּ֤אמֶר לָהֶם֙ מֹשֶׁ֔ה מַה־תְּרִיבוּן֙ עִמָּדִ֔י מַה־תְּנַסּ֖וּן אֶת־יְהוָֽה׃ 3 וַיִּצְמָ֨א שָׁ֤ם הָעָם֙ לַמַּ֔יִם וַיָּ֥לֶן הָעָ֖ם עַל־מֹשֶׁ֑ה וַיֹּ֗אמֶר לָ֤מָּה זֶּה֙ הֶעֱלִיתָ֣נוּ מִמִּצְרַ֔יִם לְהָמִ֥ית אֹתִ֛י וְאֶת־בָּנַ֥י וְאֶת־מִקְנַ֖י בַּצָּמָֽא׃ 4 וַיִּצְעַ֤ק מֹשֶׁה֙ אֶל־יְהוָ֣ה לֵאמֹ֔ר מָ֥ה אֶעֱשֶׂ֖ה לָעָ֣ם הַזֶּ֑ה ע֥וֹד מְעַ֖ט וּסְקָלֻֽנִי׃ 5 וַיֹּ֨אמֶר יְהוָ֜ה אֶל־מֹשֶׁ֗ה עֲבֹר֙ לִפְנֵ֣י הָעָ֔ם וְקַ֥ח אִתְּךָ֖ מִזִּקְנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֑ל וּמַטְּךָ֗ אֲשֶׁ֨ר הִכִּ֤יתָ בּוֹ֙ אֶת־הַיְאֹ֔ר קַ֥ח בְּיָדְךָ֖ וְהָלָֽכְתָּ׃ 6 הִנְנִ֣י עֹמֵד֩ לְפָנֶ֨יךָ שָּׁ֥ם עַֽל־הַצּוּר֮ בְּחֹרֵב֒ וְהִכִּ֣יתָ בַצּ֗וּר וְיָצְא֥וּ מִמֶּ֛נּוּ מַ֖יִם וְשָׁתָ֣ה הָעָ֑ם וַיַּ֤עַשׂ כֵּן֙ מֹשֶׁ֔ה לְעֵינֵ֖י זִקְנֵ֥י יִשְׂרָאֵֽל׃ 7 וַיִּקְרָא֙ שֵׁ֣ם הַמָּק֔וֹם מַסָּ֖ה וּמְרִיבָ֑ה עַל־רִ֣יב בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֗ל וְעַ֨ל נַסֹּתָ֤ם אֶת־יְהוָה֙ לֵאמֹ֔ר הֲיֵ֧שׁ יְהוָ֛ה בְּקִרְבֵּ֖נוּ אִם־אָֽיִן׃   פ
8 וַיָּבֹ֖א עֲמָלֵ֑ק וַיִּלָּ֥חֶם עִם־יִשְׂרָאֵ֖ל בִּרְפִידִֽם׃ 9 וַיֹּ֨אמֶר מֹשֶׁ֤ה אֶל־יְהוֹשֻׁ֙עַ֙ בְּחַר־לָ֣נוּ אֲנָשִׁ֔ים וְצֵ֖א הִלָּחֵ֣ם בַּעֲמָלֵ֑ק מָחָ֗ר אָנֹכִ֤י נִצָּב֙ עַל־רֹ֣אשׁ הַגִּבְעָ֔ה וּמַטֵּ֥ה הָאֱלֹהִ֖ים בְּיָדִֽי׃ 10 וַיַּ֣עַשׂ יְהוֹשֻׁ֗עַ כַּאֲשֶׁ֤ר אָֽמַר־לוֹ֙ מֹשֶׁ֔ה לְהִלָּחֵ֖ם בַּעֲמָלֵ֑ק וּמֹשֶׁה֙ אַהֲרֹ֣ן וְח֔וּר עָל֖וּ רֹ֥אשׁ הַגִּבְעָֽה׃ 11 וְהָיָ֗ה כַּאֲשֶׁ֨ר יָרִ֥ים מֹשֶׁ֛ה יָד֖וֹ וְגָבַ֣ר יִשְׂרָאֵ֑ל וְכַאֲשֶׁ֥ר יָנִ֛יחַ יָד֖וֹ וְגָבַ֥ר עֲמָלֵֽק׃ 12 וִידֵ֤י מֹשֶׁה֙ כְּבֵדִ֔ים וַיִּקְחוּ־אֶ֛בֶן וַיָּשִׂ֥ימוּ תַחְתָּ֖יו וַיֵּ֣שֶׁב עָלֶ֑יהָ וְאַהֲרֹ֨ן וְח֜וּר תָּֽמְכ֣וּ בְיָדָ֗יו מִזֶּ֤ה אֶחָד֙ וּמִזֶּ֣ה אֶחָ֔ד וַיְהִ֥י יָדָ֛יו אֱמוּנָ֖ה עַד־בֹּ֥א הַשָּֽׁמֶשׁ׃ 13 וַיַּחֲלֹ֧שׁ יְהוֹשֻׁ֛עַ אֶת־עֲמָלֵ֥ק וְאֶת־עַמּ֖וֹ לְפִי־חָֽרֶב׃   פ
14 וַיֹּ֨אמֶר יְהוָ֜ה אֶל־מֹשֶׁ֗ה כְּתֹ֨ב זֹ֤את זִכָּרוֹן֙ בַּסֵּ֔פֶר וְשִׂ֖ים בְּאָזְנֵ֣י יְהוֹשֻׁ֑עַ כִּֽי־מָחֹ֤ה אֶמְחֶה֙ אֶת־זֵ֣כֶר עֲמָלֵ֔ק מִתַּ֖חַת הַשָּׁמָֽיִם׃ 15 וַיִּ֥בֶן מֹשֶׁ֖ה מִזְבֵּ֑חַ וַיִּקְרָ֥א שְׁמ֖וֹ יְהוָ֥ה נִסִּֽי׃ 16 וַיֹּ֗אמֶר כִּֽי־יָד֙ עַל־כֵּ֣ס יָ֔הּ מִלְחָמָ֥ה לַיהוָ֖ה בַּֽעֲמָלֵ֑ק מִדֹּ֖ר דֹּֽר׃   פ