אידיש
1
און זײ האָבן אַװעקגעצױגן פֿון אֵילִם, און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען אין מדבר סין װאָס צװישן אֵילִם און צװישן סינַי, אין פופצנטן טאָג פֿון צװײטן חוֹדש נאָך זײער אַרױסגײן פֿון לאַנד מִצרַיִם.
2
און די גאַנצע עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל האָט געמורמלט אַקעגן משהן און אַקעגן אַהרֹנען אין מדבר;
3
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן צו זײ געזאָגט: הלװאַי װאָלטן מיר געשטאָרבן דורך דער האַנט פֿון גאָט אין לאַנד מִצרַיִם װען מיר זײַנען געזעסן איבערן פלײש װען מיר האָבן געגעסן ברױט צו זאַט; װאָרום איר האָט אונדז אַרױסגעבראַכט אין דעם דאָזיקן מדבר, צו טײטן די דאָזיקע גאַנצע אײַנזאַמלונג דורך הונגער.
4
האָט גאָט געזאָגט צו משהן: זע, איך מאַך אײַך רעגענען ברױט פֿון הימל, און דאָס פֿאָלק װעט אַרױסגײן און קלײַבן איטלעכן טאָג די באַדערפעניש פֿון טאָג, כּדי איך זאָל אים פּרוּװן אױב ער װעט גײן אין מײַן תּוֹרה אָדער ניט.
5
און עס װעט זײַן, אױפֿן זעקסטן טאָג, אַז זײ װעלן אָפּמעסטן װאָס זײ װעלן אַהײמברענגען, װעט עס זײַן צװײ מאָל אַזױ פיל װי זײ קלײַבן אױף טאָגטעגלעך.
6
און משה און אַהרן האָבן געזאָגט צו אַלע קינדער פֿון ישׂראל: אין אָװנט װעט איר װיסן, אַז גאָט האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם;
7
און אין דער פֿרי װעט איר זען די פּראַכט פֿון גאָט; װאָרום ער האָט צוגעהערט אײַערע מורמלערײַען אַקעגן גאָט. און װאָס זײַנען מיר, װאָס איר מורמלט אַקעגן אונדז?
8
און משה האָט געזאָגט: דאָס װעט געשען װען גאָט װעט אײַך געבן אין אָװנט פלײש צום עסן, און אין דער פֿרי ברױט צו זאַט; װאָרום גאָט האָט געהערט אײַערע מורמלערײַען װאָס איר מורמלט אַקעגן אים; און װאָס זײַנען מיר? ניט אַקעגן אונדז זײַנען אײַערע מורמלערײַען, נײַערט אַקעגן גאָט.
9
און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: זאָג צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל: גענענט פֿאַר גאָט, װאָרום ער האָט צוגעהערט אײַערע מורמלערײַען.
10
און עס איז געװען, װי אַהרן האָט גערעדט צו דער גאַנצער עדה פֿון די קינדער פֿון ישׂראל, האָבן זײ זיך אומגעקוקט צום מדבר, ערשט די פּראַכט פֿון גאָט האָט זיך באַװיזן אין װאָלקן.
11
און גאָט האָט גערעדט צו משהן, אַזױ צו זאָגן:
12
איך האָב געהערט די מורמלערײַען פֿון די קינדער פֿון ישׂראל. רעד צו זײ אַזױ צו זאָגן: קעגן אָװנט װעט איר עסן פלײש, און אין דער פֿרי װעט איר זיך זעטן מיט ברױט, און איר װעט װיסן, אַז איך בין יהוה אײַער גאָט.
13
און עס איז געװען אין אָװנט, זײַנען אַרױפֿגעקומען װאַכטלפױגלען און האָבן באַדעקט דעם לאַגער; און אין דער פֿרי איז געװען אַ שיכט טױ רונד אַרום לאַגער.
14
און אַז די שיכט טױ האָט זיך אױפֿגעהױבן, ערשט אױפֿן געזיכט פֿון מדבר איז דינס, שופּיקס, דין אַזױ װי פראָסט אױף דער ערד.
15
און װי די קינדער פֿון ישׂראל האָבן דאָס געזען, אַזױ האָבן זײ געזאָגט אײנער צום אַנדערן: מַן הוא?, װײַל זײ האָבן ניט געװוּסט װאָס דאָס איז. האָט משה צו זײ געזאָגט: דאָס איז דאָס ברױט, װאָס גאָט האָט אײַך געגעבן צום עסן.
16
דאָס איז די זאַך, װאָס גאָט האָט באַפֿױלן: קלײַבט דערפֿון איטלעכער לױט זײַן עסן; אַן עוֹמֶר אױף אַ קאָפּ, לױט דער צאָל פֿון אײַערע נפשות, איטלעכער פֿאַר די װאָס אין זײַן געצעלט זאָלט איר נעמען.
17
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן אַזױ געטאָן, און זײ האָבן געקליבן װער פיל און װער װינציק.
18
און אַז זײ האָבן געמאָסטן מיט אַן עוֹמֶר, האָט דער װאָס האָט געקליבן פיל ניט געהאַט איבעריק, און דעם װאָס האָט געקליבן װינציק האָט ניט געפעלט; איטלעכער װעדליק זײַן עסן האָבן זײ אױפֿגעקליבן.
19
און משה האָט צו זײ געזאָגט: קײנער זאָל דערפֿון ניט איבערלאָזן ביז אין דער פֿרי.
20
אָבער זײ האָבן ניט צוגעהערט צו משהן, און לײַט האָבן איבערגעלאָזט דערפֿון ביז אין דער פֿרי, און עס איז געװאָרן װערימדיק, און האָט געשטונקען; און משה האָט געצערנט אױף זײ.
21
און זײ האָבן עס געקליבן פֿרימאָרגן אין פֿרימאָרגן, איטלעכער װעדליק זײַן עסן; און װי די זון איז הײס געװאָרן, אַזױ איז עס צעגאַנגען.
22
און עס איז געװען אױפֿן זעקסטן טאָג, האָבן זײ געקליבן צװײ מאָל אַזױ פיל ברױט, צװײ עוֹמֶרס פֿאַר איטלעכן; און אַלע פירשטן פֿון דער עדה זײַנען געקומען, און האָבן דערצײלט משהן.
23
האָט ער צו זײ געזאָגט: דאָס איז װאָס גאָט האָט גערעדט: אַ רוּונג, אַ הײליקער שבת איז מאָרגן צו גאָט; װאָס איר װילט באַקן באַקט, און װאָס איר װילט קאָכן קאָכט, און אַלץ װאָס בלײַבט איבער, לײגט אײַך אַװעק צו האַלטן ביז אין דער פֿרי.
24
האָבן זײ עס אַװעקגעלײגט ביז אין דער פֿרי, אַזױ װי משה האָט באַפֿױלן, און עס האָט ניט געשטונקען, און קײן װערים זײַנען דערין ניט געװען.
25
און משה האָט געזאָגט: עסט עס הײַנט, װאָרום הײַנט איז שבת צו גאָט, הײַנט װעט איר עס ניט געפֿינען אױפֿן פֿעלד.
26
זעקס טעג זאָלט איר עס קלײַבן, אָבער אױפֿן זיבעטן טאָג איז שבת, דענצמאָל װעט עס ניט זײַן.
27
און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן טאָג, זײַנען פֿון פֿאָלק אַרױסגעגאַנגען קלײַבן, אָבער זײ האָבן ניט געפונען.
28
האָט גאָט געזאָגט צו משהן: ביז װאַנען װעט איר ניט װעלן היטן מײַנע געבאָט און מײַנע לערנונגען?
29
זעט, אַז גאָט האָט אײַך געגעבן דעם שבת, גיט ער אײַך דערפֿאַר אין זעקסטן טאָג ברױט אױף צװײ טעג. זיצט איטלעכער בײַ זיך; קײנער זאָל ניט אַרױסגײן פֿון זײַן אָרט אין זיבעטן טאָג.
30
און דאָס פֿאָלק האָט גערוט אין זיבעטן טאָג.
31
און דאָס הױז פֿון ישׂראל האָט גערופֿן דעם נאָמען דערפֿון מַן; און עס איז געװען אַזױ װי קאָריאַנדערזאָמען, װײַס; און דער טעם דערופֿן איז געװען אַזױ װי אַ פּלעצל אױף האָניק.
32
און משה האָט געזאָגט: דאָס איז די זאַך װאָס גאָט האָט באַפֿױלן: אַן עוֹמֶר-פֿול דערפֿון זאָל זײַן פֿאַר אַ היטונג אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות, כּדי זײ זאָלן זען דאָס ברױט װאָס איך האָב אײַך געגעבן עסן אין דער מדבר, װען איך האָב אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם.
33
און משה האָט געזאָגט צו אַהרֹנען: נעם אַ קרוג, און טו אַהין אַרײַן אַן עוֹמֶר-פֿול מַן, און שטעל עס אַװעק פֿאַר גאָט, פֿאַר אַ היטונג אױף אײַערע דוֹר-דוֹרות.
34
אַזױ װי גאָט האָט באַפֿױלן משהן, אַזױ האָט עס אַהרן אַװעקגעשטעלט פֿאַרן געזעץ, פֿאַר אַ היטונג.
35
און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געגעסן דעם מַן פֿערציק יאָר, ביז זײ זײַנען געקומען צו באַװוינטן לאַנד; זײ האָבן געגעסן דעם מַן ביז זײ זײַנען געקומען צום ברעג פֿון לאַנד כּנַעַן.
36
און אַן עוֹמֶר דאָס איז אַ צענטל אֵיפָה.