Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: נאָך אײן פּלאָג װעל איך ברענגען אױף פַּרעהן און אױף מִצרַיִם, דערנאָך װעט ער אײַך אַװעקלאָזן פֿון דאַנען; אַז ער לאָזט אײַך אַװעק, װעט ער אײַך טרײַבנדיק אין גאַנצן אַרױסטרײַבן פֿון דאַנען. 2 רעד אַקאָרשט אין די אױערן פֿון פֿאָלק, זײ זאָלן אַנטלײַען איטלעכער פֿון זײַן חבֿר, און איטלעכע פֿון איר חבֿרטע, זילבערנע זאַכן און גילדערנע זאַכן. 3 און גאָט האָט געגעבן דעם פֿאָלק חן אין די אױגן פֿון מִצרַיִם. אױך איז דער מאַן משה געװען זײער גרױס אין לאַנד מִצרַיִם, אין די אױגן פֿון פַּרעהס קנעכט, און אין די אױגן פֿון פֿאָלק. 4 און משה האָט געזאָגט: אַזױ האָט גאָט געזאָגט: אַרום האַלבע נאַכט װעל איך אַרױסגײן צװישן מִצרַיִם; 5 און עס װעט שטאַרבן יעטװעדער בכָור אין לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם בכָור פֿון פַּרעהן װאָס דאַרף זיצן אױף זײַן טראָן, ביז דעם בכָור פֿון דער דינסט װאָס הינטער די מילשטײנער; אױך יעטװעדער בכָור פֿון אַ בהמה. 6 און עס װעט װערן אַ גרױס געשרײ אין גאַנצן לאַנד מִצרַיִם, װאָס אַזאַ איז ניט געװען, און אַזאַ װעט מער ניט זײַן. 7 אָבער קעגן אַלע קינדער פֿון ישׂראל װעט אַ הונט ניט שאַרפֿן זײַן צונג, סײַ קעגן אַ מענטשן, סײַ קעגן אַ בהמה; כּדי איר זאָלט װיסן, אַז יהוה שײדט אָפּ צװישן מִצרַיִם און צװישן ישׂראל. 8 און אַלע די דאָזיקע קנעכט דײַנע װעלן אַראָפּנידערן צו מיר, און װעלן זיך בוקן צו מיר, אַזױ צו זאָגן: גײ אַרױס, דו מיט דײַן גאַנצן פֿאָלק װאָס היטנער דיר; און נאָך דעם װעל איך אַרױסגײן. – און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון פַּרעהן אין גרימצאָרן. 9 און גאָט האָט געזאָגט צו משהן: פַּרעה װעט ניט צוהערן צו אײַך; כּדי צו מערן מײַנע װוּנדער אין לאַנד מִצרַיִם. 10 און משה און אַהרן האָבן געטאָן אַלע די דאָזיקע װוּנדער פֿאַר פַּרעהן; אָבער גאָט האָט פֿעסט געמאַכט פַּרעהס האַרץ, און ער האָט ניט אַװעקגעלאָזן די קינדער פֿון ישׂראל פֿון זײַן לאַנד.
עברית
1 וַיֹּ֨אמֶר יְהוָ֜ה אֶל־מֹשֶׁ֗ה ע֣וֹד נֶ֤גַע אֶחָד֙ אָבִ֤יא עַל־פַּרְעֹה֙ וְעַל־מִצְרַ֔יִם אֽ͏ַחֲרֵי־כֵ֕ן יְשַׁלַּ֥ח אֶתְכֶ֖ם מִזֶּ֑ה כְּשַׁ֨לְּח֔וֹ כָּלָ֕ה גָּרֵ֛שׁ יְגָרֵ֥שׁ אֶתְכֶ֖ם מִזֶּֽה׃ 2 דַּבֶּר־נָ֖א בְּאָזְנֵ֣י הָעָ֑ם וְיִשְׁאֲל֞וּ אִ֣ישׁ מֵאֵ֣ת רֵעֵ֗הוּ וְאִשָּׁה֙ מֵאֵ֣ת רְעוּתָ֔הּ כְּלֵי־כֶ֖סֶף וּכְלֵ֥י זָהָֽב׃ 3 וַיִּתֵּ֧ן יְהוָ֛ה אֶת־חֵ֥ן הָעָ֖ם בְּעֵינֵ֣י מִצְרָ֑יִם גַּ֣ם הָאִ֣ישׁ מֹשֶׁ֗ה גָּד֤וֹל מְאֹד֙ בְּאֶ֣רֶץ מִצְרַ֔יִם בְּעֵינֵ֥י עַבְדֵֽי־פַרְעֹ֖ה וּבְעֵינֵ֥י הָעָֽם׃   ס 4 וַיֹּ֣אמֶר מֹשֶׁ֔ה כֹּ֖ה אָמַ֣ר יְהוָ֑ה כַּחֲצֹ֣ת הַלַּ֔יְלָה אֲנִ֥י יוֹצֵ֖א בְּת֥וֹךְ מִצְרָֽיִם׃ 5 וּמֵ֣ת כָּל־בְּכוֹר֮ בְּאֶ֣רֶץ מִצְרַיִם֒ מִבְּכ֤וֹר פַּרְעֹה֙ הַיֹּשֵׁ֣ב עַל־כִּסְא֔וֹ עַ֚ד בְּכ֣וֹר הַשִּׁפְחָ֔ה אֲשֶׁ֖ר אַחַ֣ר הָרֵחָ֑יִם וְכֹ֖ל בְּכ֥וֹר בְּהֵמָֽה׃ 6 וְהָֽיְתָ֛ה צְעָקָ֥ה גְדֹלָ֖ה בְּכָל־אֶ֣רֶץ מִצְרָ֑יִם אֲשֶׁ֤ר כָּמֹ֙הוּ֙ לֹ֣א נִהְיָ֔תָה וְכָמֹ֖הוּ לֹ֥א תֹסִֽף׃ 7 וּלְכֹ֣ל בְּנֵ֣י יִשְׂרָאֵ֗ל לֹ֤א יֶֽחֱרַץ־כֶּ֙לֶב֙ לְשֹׁנ֔וֹ לְמֵאִ֖ישׁ וְעַד־בְּהֵמָ֑ה לְמַ֙עַן֙ תֵּֽדְע֔וּן אֲשֶׁר֙ יַפְלֶ֣ה יְהוָ֔ה בֵּ֥ין מִצְרַ֖יִם וּבֵ֥ין יִשְׂרָאֵֽל׃ 8 וְיָרְד֣וּ כָל־עֲבָדֶיךָ֩ אֵ֨לֶּה אֵלַ֜י וְהִשְׁתַּֽחֲוּוּ־לִ֣י לֵאמֹ֗ר צֵ֤א אַתָּה֙ וְכָל־הָעָ֣ם אֲשֶׁר־בְּרַגְלֶ֔יךָ וְאַחֲרֵי־כֵ֖ן אֵצֵ֑א וַיֵּצֵ֥א מֵֽעִם־פַּרְעֹ֖ה בָּחֳרִי־אָֽף׃   ס 9 וַיֹּ֤אמֶר יְהוָה֙ אֶל־מֹשֶׁ֔ה לֹא־יִשְׁמַ֥ע אֲלֵיכֶ֖ם פַּרְעֹ֑ה לְמַ֛עַן רְב֥וֹת מוֹפְתַ֖י בְּאֶ֥רֶץ מִצְרָֽיִם׃ 10 וּמֹשֶׁ֣ה וְאַהֲרֹ֗ן עָשׂ֛וּ אֶת־כָּל־הַמֹּפְתִ֥ים הָאֵ֖לֶּה לִפְנֵ֣י פַרְעֹ֑ה וַיְחַזֵּ֤ק יְהוָה֙ אֶת־לֵ֣ב פַּרְעֹ֔ה וְלֹֽא־שִׁלַּ֥ח אֶת־בְּנֵֽי־יִשְׂרָאֵ֖ל מֵאַרְצֽוֹ׃   פ