Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און דאָס װאָרט פֿון גאָט איז געװען צו יוֹנהן אַ צװײט מאָל, אַזױ צו זאָגן: 2 שטײ אױף, גײ צו דער גרױסער שטאָט נינוֵה, און רוף אױס צו איר די אױסרופֿונג װאָס איך רעד צו דיר. 3 איז יוֹנה אױפֿגעשטאַנען, און ער איז געגאַנגען קײן נינוֵה, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון גאָט; און נינוֵה איז געװען אַ געװאַלטיק גרױסע שטאָט פֿון דרײַ טעג גאַנג. 4 און יוֹנה האָט אָנגעהױבן אַרײַנגײן אין שטאָט אײן טאָג גאַנג, און ער האָט אױסגערופֿן און האָט געזאָגט: נאָך פֿערציק טעג און נינוֵה װערט איבערגעקערט. 5 און די מענטשן פֿון נינוֵה האָבן געגלױבט אין גאָט, און זײ האָבן אױסגערופֿן אַ פֿאַסטטאָג, און האָבן זיך אָנגעטאָן אין זאַק פֿון זײער גרעסטן ביז זײער קלענסטן. 6 און די זאַך האָט דערגרײַכט צום מלך פֿון נינוֵה, און ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿון זײַן טראָן, און האָט אױסגעטאָן זײַן מאַנטל פֿון זיך, און האָט זיך צוגעדעקט מיט זאַק, און זיך געזעצט אױף אַש. 7 און ער האָט געלאָזט אױסרופֿן און אָנגעזאָגט אין נינוֵה אױף דעם באַפֿעל פֿון דעם מלך און זײַנע גרױסע לײַט, אַזױ צו זאָגן: קײן מענטש און קײן בהמה, רינדער אָדער שאָף, זאָל ניט פֿאַרזוכן דאָס מינדסטע; ניט זײ זאָלן זיך פֿיטערן, און ניט זײ זאָלן טרינקען װאַסער. 8 מענטשן און בהמות זאָלן זײַן צוגעדעקט מיט זאַק; און מע זאָל רופֿן צו גאָט מיט שטאַרקײט, און מע זאָל זיך אומקערן איטלעכער פֿון זײַן שלעכטן װעג, און פֿון דעם אומרעכט װאָס אין זײערע הענט. 9 װער װײס, אפֿשר װידער װעט גאָט חרטה האָבן, און זיך אָפּֿקערן פֿון זײַן גרימצאָרן, און מיר װעלן ניט אונטערגײן. 10 האָט גאָט געזען זײערע מעשׂים, אַז זײ האָבן זיך אומגעקערט פֿון זײער שלעכטן װעג, און גאָט האָט חרטה געהאַט אױף דעם בײז װאָס ער האָט גערעדט זײ צו טאָן, און ער האָט עס ניט געטאָן.
עברית
1 וַיְהִ֧י דְבַר־יְהוָ֛ה אֶל־יוֹנָ֖ה שֵׁנִ֥ית לֵאמֹֽר׃ 2 ק֛וּם לֵ֥ךְ אֶל־נִֽינְוֵ֖ה הָעִ֣יר הַגְּדוֹלָ֑ה וִּקְרָ֤א אֵלֶ֙יהָ֙ אֶת־הַקְּרִיאָ֔ה אֲשֶׁ֥ר אָנֹכִ֖י דֹּבֵ֥ר אֵלֶֽיךָ׃ 3 וַיָּ֣קָם יוֹנָ֗ה וַיֵּ֛לֶךְ אֶל־נִֽינְוֶ֖ה כִּדְבַ֣ר יְהוָ֑ה וְנִֽינְוֵ֗ה הָיְתָ֤ה עִיר־גְּדוֹלָה֙ לֵֽאלֹהִ֔ים מַהֲלַ֖ךְ שְׁלֹ֥שֶׁת יָמִֽים׃ 4 וַיָּ֤חֶל יוֹנָה֙ לָב֣וֹא בָעִ֔יר מַהֲלַ֖ךְ י֣וֹם אֶחָ֑ד וַיִּקְרָא֙ וַיֹּאמַ֔ר ע֚וֹד אַרְבָּעִ֣ים י֔וֹם וְנִֽינְוֵ֖ה נֶהְפָּֽכֶת׃ 5 וַֽיַּאֲמִ֛ינוּ אַנְשֵׁ֥י נִֽינְוֵ֖ה בֵּֽאלֹהִ֑ים וַיִּקְרְאוּ־צוֹם֙ וַיִּלְבְּשׁ֣וּ שַׂקִּ֔ים מִגְּדוֹלָ֖ם וְעַד־קְטַנָּֽם׃ 6 וַיִּגַּ֤ע הַדָּבָר֙ אֶל־מֶ֣לֶך נִֽינְוֵ֔ה וַיָּ֙קָם֙ מִכִּסְא֔וֹ וַיַּעֲבֵ֥ר אַדַּרְתּ֖וֹ מֵֽעָלָ֑יו וַיְכַ֣ס שַׂ֔ק וַיֵּ֖שֶׁב עַל־הָאֵֽפֶר׃ 7 וַיַּזְעֵ֗ק וַיֹּ֙אמֶר֙ בְּנִֽינְוֵ֔ה מִטַּ֧עַם הַמֶּ֛לֶךְ וּגְדֹלָ֖יו לֵאמֹ֑ר הָאָדָ֨ם וְהַבְּהֵמָ֜ה הַבָּקָ֣ר וְהַצֹּ֗אן אַֽל־יִטְעֲמוּ֙ מְא֔וּמָה אַ֨ל־יִרְע֔וּ וּמַ֖יִם אַל־יִשְׁתּֽוּ׃ 8 וְיִתְכַּסּ֣וּ שַׂקִּ֗ים הָֽאָדָם֙ וְהַבְּהֵמָ֔ה וְיִקְרְא֥וּ אֶל־אֱלֹהִ֖ים בְּחָזְקָ֑ה וְיָשֻׁ֗בוּ אִ֚ישׁ מִדַּרְכּ֣וֹ הָֽרָעָ֔ה וּמִן־הֶחָמָ֖ס אֲשֶׁ֥ר בְּכַפֵּיהֶֽם׃ 9 מִֽי־יוֹדֵ֣עַ יָשׁ֔וּב וְנִחַ֖ם הָאֱלֹהִ֑ים וְשָׁ֛ב מֵחֲר֥וֹן אַפּ֖וֹ וְלֹ֥א נֹאבֵֽד׃ 10 וַיַּ֤רְא הָֽאֱלֹהִים֙ אֶֽת־מַ֣עֲשֵׂיהֶ֔ם כִּי־שָׁ֖בוּ מִדַּרְכָּ֣ם הָרָעָ֑ה וַיִּנָּ֣חֶם הָאֱלֹהִ֗ים עַל־הָרָעָ֛ה אֲשֶׁר־דִּבֶּ֥ר לַעֲשׂוֹת־לָהֶ֖ם וְלֹ֥א עָשָֽׂה׃