Yiddish
Hebrew
אידיש
1 און גאָט האָט אָנגעברײט אַ גרױסן פֿיש אײַנצושלינגען יוֹנהן, און יוֹנה איז געװען אין די אינגעװײד פֿון פֿיש דרײַ טעג און דרײַ נעכט. 2 און יוֹנה האָט מתפֿלל געװען צו יהוה זײַן גאָט, פֿון די אינגעװײד פֿון דעם פֿיש. 3 און ער האָט געזאָגט: איך האָב גערופֿן פֿון מײַן נױט צו גאָט, און ער האָט מיר געענטפֿערט; פֿון דעם בױך פֿון אונטערערד האָב איך געשריען, האָסטו צוגעהערט מײַן קָול. 4 װאָרום האָסט מיך אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער טיפֿעניש, אין האַרצן פֿון די ימען, און דער שטראָם האָט מיך אַרומגענומען; אַלע דײַנע װעלן און אינדן זײַנען אַריבערגעגאַנגען איבער מיר. 5 און איך האָב געװעסט געזאָגט: איך בין פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר דײַנע אױגן; אָבער איך װעל װידער נאָך קוקן אױף דײַן הײליקן טעמפּֿל. 6 װאַסערן האָבן מיך אַרומגערינגלט ביזן נפֿש, דער תּהָום האָט מיך אַרומגענומען, טײַכגראָז איז געװען געװיקלט אַרום מײַן קאָפּ. 7 צו די גרונטן פֿון די בערג האָב איך גענידערט, די ערד [האָט פֿאַרשלאָסן] פֿאַר מיר אירע ריגלען אױף אײביק. אָבער דו האָסט אױפֿגעבראַכט פֿון גרוב מײַן לעבן, דו יהוה מײַן גאָט. 8 װען מײַן זעל איז געװען פֿאַרחלשט אין מיר, האָב איך אָן גאָט געדאַכט, און מײַן תּפֿילה איז געקומען צו דיר, אין דײַן הײליקן טעמפּֿל. 9 די װאָס האַלטן זיך אָן פֿאַלשע נישטיקײטן פֿאַרלאָזן זײער גענאָדיקן; 10 אָבער איך װעל שלאַכטן צו דיר, מיט אַ קָול פֿון דאַנקעניש; װאָס איך האָב אַ נדר געטאָן װעל איך באַצאָלן. די ישועה איז בײַ גאָט. 11 און גאָט האָט געהײסן דעם פֿיש, און ער האָט אױסגעשפּֿיגן יוֹנהן אױף דער יבשה.
עברית
1 וַיְמַ֤ן יְהוָה֙ דָּ֣ג גָּד֔וֹל לִבְלֹ֖עַ אֶת־יוֹנָ֑ה וַיְהִ֤י יוֹנָה֙ בִּמְעֵ֣י הַדָּ֔ג שְׁלֹשָׁ֥ה יָמִ֖ים וּשְׁלֹשָׁ֥ה לֵילֽוֹת׃ 2 וַיִּתְפַּלֵּ֣ל יוֹנָ֔ה אֶל־יְהוָ֖ה אֱלֹהָ֑יו מִמְּעֵ֖י הַדָּגָֽה׃ 3 וַיֹּ֗אמֶר קָ֠רָאתִי מִצָּ֥רָה לִ֛י אֶל־יְהוָ֖ה וַֽיַּעֲנֵ֑נִי מִבֶּ֧טֶן שְׁא֛וֹל שִׁוַּ֖עְתִּי שָׁמַ֥עְתָּ קוֹלִֽי׃ 4 וַתַּשְׁלִיכֵ֤נִי מְצוּלָה֙ בִּלְבַ֣ב יַמִּ֔ים וְנָהָ֖ר יְסֹבְבֵ֑נִי כָּל־מִשְׁבָּרֶ֥יךָ וְגַלֶּ֖יךָ עָלַ֥י עָבָֽרוּ׃ 5 וַאֲנִ֣י אָמַ֔רְתִּי נִגְרַ֖שְׁתִּי מִנֶּ֣גֶד עֵינֶ֑יךָ אַ֚ךְ אוֹסִ֣יף לְהַבִּ֔יט אֶל־הֵיכַ֖ל קָדְשֶֽׁךָ׃ 6 אֲפָפ֤וּנִי מַ֙יִם֙ עַד־נֶ֔פֶשׁ תְּה֖וֹם יְסֹבְבֵ֑נִי ס֖וּף חָב֥וּשׁ לְרֹאשִֽׁי׃ 7 לְקִצְבֵ֤י הָרִים֙ יָרַ֔דְתִּי הָאָ֛רֶץ בְּרִחֶ֥יהָ בַעֲדִ֖י לְעוֹלָ֑ם וַתַּ֧עַל מִשַּׁ֛חַת חַיַּ֖י יְהוָ֥ה אֱלֹהָֽי׃ 8 בְּהִתְעַטֵּ֤ף עָלַי֙ נַפְשִׁ֔י אֶת־יְהוָ֖ה זָכָ֑רְתִּי וַתָּב֤וֹא אֵלֶ֙יךָ֙ תְּפִלָּתִ֔י אֶל־הֵיכַ֖ל קָדְשֶֽׁךָ׃ 9 מְשַׁמְּרִ֖ים הַבְלֵי־שָׁ֑וְא חַסְדָּ֖ם יַעֲזֹֽבוּ׃ 10 וַאֲנִ֗י בְּק֤וֹל תּוֹדָה֙ אֶזְבְּחָה־לָּ֔ךְ אֲשֶׁ֥ר נָדַ֖רְתִּי אֲשַׁלֵּ֑מָה יְשׁוּעָ֖תָה לַיהוָֽה׃   ס 11 וַיֹּ֥אמֶר יְהוָ֖ה לַדָּ֑ג וַיָּקֵ֥א אֶת־יוֹנָ֖ה אֶל־הַיַּבָּשָֽׁה׃   פ