Yiddish
Hebrew
אידיש
1 איך האָב געזען גאָט שטײן אױפֿן מזבח, און ער האָט געזאָגט: שלאָג די זײַלנקעפּ, אַז די בײַשטידלעך זאָלן ציטערן, און צעברעך זײ איבער זײערע אַלעמענס קעפּ; און זײער איבערבלײַב װעל איך הרגען מיטן שװערד; ניט אַנטלױפֿן װעט פֿון זײ אַן אַנטלאָפֿענער, און ניט ראַטעװען װעט זיך פֿון זײ אַן אַנטרונענער. 2 אַז זײ װעלן זיך פֿאַרגראָבן אין אונטערערד, װעט זײ פֿון דאָרטן אַרױסנעמען מײַן האַנט, און אַז זײ װעלן אַרױפֿגײן אין הימל, װעל איך זײ פֿון דאָרטן אַראָפּנידערן. 3 און אַז זײ װעלן זיך באַהאַלטן אױפֿן שפּיץ כַּרמֶל, װעל איך פֿון דאָרטן אױפֿזוכן און זײ צונעמען, און אַז זײ װעלן זיך פֿאַרבאָרגן פֿון פֿאַר מײַנע אױגן אױפֿן גרונט פֿון ים, װעל איך דאָרטן באַפֿעלן דער שלאַנג, און זי װעט זײ אײַנבײַסן. 4 און אַז זײ װעלן גײן אין געפֿאַנגענשאַפֿט פֿאַר זײערע פֿײַנט, װעל איך דאָרטן באַפֿעלן דער שװערד, און זי װעט זײ הרגען, און איך װעל טאָן אױף זײ מײַן אױג צום בײזן און ניט צום גוטן. 5 װאָרום גאָט דער האַר פֿון צבָֿאות איז דער װאָס רירט אָן די ערד און זי װאַקלט זיך, און אַלע װוינער אױף איר טרױערן; און זי הײבט זיך אױף אין גאַנצן װי דער טײַך, און זעצט זיך אַראָפּ װי דער טײַך פֿון מִצרַיִם. 6 דער װאָס בױט אין הימל זײַנע אױבערקאַמערן, און גרונטפֿעסט זײַן געװעלב אױף דער ערד; װאָס רופֿט די װאַסערן פֿון ים, און גיסט זײ אױס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד; יהוה איז זײַן נאָמען. 7 פֿאַר װאָר, אַזױ װי די קינדער פֿון כּושים זײַט איר מיר, קינדער פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט. פֿאַר װאָר, איך האָב אױפֿגעבראַכט ישׂראל פֿון לאַנד מִצרַיִם, און די פּלִשתּים פֿון כַּפֿתּוֹר, און אַרָם פֿון קיר. 8 זע, די אױגן פֿון גאָט דײַן האַר זײַנען אױף דעם זינדיקן קינגרײַך, און איך פֿאַרטיליק עס פֿון געזיכט פֿון דער ערד, אָבער פֿאַרטיליקן װעל איך ניט פֿאַרטיליקן דאָס הױז פֿון יעקבֿ, זאָגט גאָט. 9 װאָרום זע, איך באַפֿעל און װעל לאָזן שאָקלען דאָס הױז פֿון ישׂראל צװישן אַלע פֿעלקער, אַזױ װי עס װערט געשאָקלט אין אַ זיפּ; אָבער ניט אַ קערנדל װעט פֿאַלן צו דער ערד. 10 דורכן שװערד װעלן שטאַרבן אַלע זינדיקע פֿון מײַן פֿאָלק, װאָס זאָגן: ניט גענענען און זיך פֿעדערן אױף אונדז װעט דאָס בײז. 11 אין יענעם טאָג װעל איך אױפֿשטעלן דאָס אײַנגעפֿאַלענע בײַדל פֿון דוד, און איך װעל פֿאַרמױערן אירע בראָכן, און זײַנע חורבֿות װעל איך אױפֿשטעלן, און װעל עס אױפֿבױען װי אין אַמאָליקע טעג; 12 כּדי עס זאָלן אַרבן דעם איבערבלײַב פֿון אֶדוֹם און אַלע פֿעלקער די װאָס מײַן נאָמען װערט גערופֿן אױף זײ, זאָגט גאָט, דער װאָס טוט דאָס דאָזיקע.
13 זע, טעג קומען, זאָגט גאָט, און דער אַקערער װעט זיך אָנשטױסן אָן דעם שניטער, און דער טרױבנטרעטער אָן דעם זריעה-װאַרפֿער; און די בערג װעלן טריפֿן זאַפֿט, און אַלע הײכן װעלן צעגײן. 14 און איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מײַן פֿאָלק ישׂראל, און זײ װעלן אָפּבױען פֿאַרװיסטע שטעט און זיך באַזעצן, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער און טרינקען זײער װײַן, און מאַכן גערטנער און עסן זײער פֿרוכט. 15 און איך װעל זײ אײַנפֿלאַנצן אױף זײער ערד, און זײ װעלן מער ניט אױסגעריסן װערן פֿון דער ערד װאָס איך האָב זײ געגעבן, זאָגט יהוה דײַן גאָט.
עברית
1 רָאִ֨יתִי אֶת־אֲדֹנָ֜י נִצָּ֣ב עַֽל־הַמִּזְבֵּ֗חַ וַיֹּאמֶר֩ הַ֨ךְ הַכַּפְתּ֜וֹר וְיִרְעֲשׁ֣וּ הַסִּפִּ֗ים וּבְצַ֙עַם֙ בְּרֹ֣אשׁ כֻּלָּ֔ם וְאַחֲרִיתָ֖ם בַּחֶ֣רֶב אֶהֱרֹ֑ג לֹֽא־יָנ֤וּס לָהֶם֙ נָ֔ס וְלֹֽא־יִמָּלֵ֥ט לָהֶ֖ם פָּלִֽיט׃ 2 אִם־יַחְתְּר֣וּ בִשְׁא֔וֹל מִשָּׁ֖ם יָדִ֣י תִקָּחֵ֑ם וְאִֽם־יַעֲלוּ֙ הַשָּׁמַ֔יִם מִשָּׁ֖ם אוֹרִידֵֽם׃ 3 וְאִם־יֵחָֽבְאוּ֙ בְּרֹ֣אשׁ הַכַּרְמֶ֔ל מִשָּׁ֥ם אֲחַפֵּ֖שׂ וּלְקַחְתִּ֑ים וְאִם־יִסָּ֨תְר֜וּ מִנֶּ֤גֶד עֵינַי֙ בְּקַרְקַ֣ע הַיָּ֔ם מִשָּׁ֛ם אֲצַוֶּ֥ה אֶת־הַנָּחָ֖שׁ וּנְשָׁכָֽם׃ 4 וְאִם־יֵלְכ֤וּ בַשְּׁבִי֙ לִפְנֵ֣י אֹֽיבֵיהֶ֔ם מִשָּׁ֛ם אֲצַוֶּ֥ה אֶת־הַחֶ֖רֶב וַהֲרָגָ֑תַם וְשַׂמְתִּ֨י עֵינִ֧י עֲלֵיהֶ֛ם לְרָעָ֖ה וְלֹ֥א לְטוֹבָֽה׃ 5 וַאדֹנָ֨י יְהוִ֜ה הַצְּבָא֗וֹת הַנּוֹגֵ֤עַ בָּאָ֙רֶץ֙ וַתָּמ֔וֹג וְאָבְל֖וּ כָּל־י֣וֹשְׁבֵי בָ֑הּ וְעָלְתָ֤ה כַיְאֹר֙ כֻּלָּ֔הּ וְשָׁקְעָ֖ה כִּיאֹ֥ר מִצְרָֽיִם 6 הַבּוֹנֶ֤ה בַשָּׁמַ֙יִם֙ מעלותו וַאֲגֻדָּת֖וֹ עַל־אֶ֣רֶץ יְסָדָ֑הּ הַקֹּרֵ֣א לְמֵֽי־הַיָּ֗ם וַֽיִּשְׁפְּכֵ֛ם עַל־פְּנֵ֥י הָאָ֖רֶץ יְהוָ֥ה שְׁמֽוֹ׃ 7 הֲל֣וֹא כִבְנֵי֩ כֻשִׁיִּ֨ים אַתֶּ֥ם לִ֛י בְּנֵ֥י יִשְׂרָאֵ֖ל נְאֻם־יְהוָ֑ה הֲל֣וֹא אֶת־יִשְׂרָאֵ֗ל הֶעֱלֵ֙יתִי֙ מֵאֶ֣רֶץ מִצְרַ֔יִם וּפְלִשְׁתִּיִּ֥ים מִכַּפְתּ֖וֹר וַאֲרָ֥ם מִקִּֽיר׃ 8 הִנֵּ֞ה עֵינֵ֣י אֲדֹנָ֣י יְהוִ֗ה בַּמַּמְלָכָה֙ הַֽחַטָּאָ֔ה וְהִשְׁמַדְתִּ֣י אֹתָ֔הּ מֵעַ֖ל פְּנֵ֣י הָאֲדָמָ֑ה אֶ֗פֶס כִּ֠י לֹ֣א הַשְׁמֵ֥יד אַשְׁמִ֛יד אֶת־בֵּ֥ית יַעֲקֹ֖ב נְאֻם־יְהוָֽה׃ 9 כִּֽי־הִנֵּ֤ה אָֽנֹכִי֙ מְצַוֶּ֔ה וַהֲנִע֥וֹתִי בְכָֽל־הַגּוֹיִ֖ם אֶת־בֵּ֣ית יִשְׂרָאֵ֑ל כַּאֲשֶׁ֤ר יִנּ֙וֹעַ֙ בַּכְּבָרָ֔ה וְלֹֽא־יִפּ֥וֹל צְר֖וֹר אָֽרֶץ׃ 10 בַּחֶ֣רֶב יָמ֔וּתוּ כֹּ֖ל חַטָּאֵ֣י עַמִּ֑י הָאֹמְרִ֗ים לֹֽא־תַגִּ֧ישׁ וְתַקְדִּ֛ים בַּעֲדֵ֖ינוּ הָרָעָֽה׃ 11 בַּיּ֣וֹם הַה֔וּא אָקִ֛ים אֶת־סֻכַּ֥ת דָּוִ֖יד הַנֹּפֶ֑לֶת וְגָדַרְתִּ֣י אֶת־פִּרְצֵיהֶ֗ן וַהֲרִֽסֹתָיו֙ אָקִ֔ים וּבְנִיתִ֖יהָ כִּימֵ֥י עוֹלָֽם׃ 12 לְמַ֨עַן יִֽירְשׁ֜וּ אֶת־שְׁאֵרִ֤ית אֱדוֹם֙ וְכָל־הַגּוֹיִ֔ם אֲשֶׁר־נִקְרָ֥א שְׁמִ֖י עֲלֵיהֶ֑ם נְאֻם־יְהוָ֖ה עֹ֥שֶׂה זֹּֽאת׃   פ
13 הִנֵּ֨ה יָמִ֤ים בָּאִים֙ נְאֻם־יְהוָ֔ה וְנִגַּ֤שׁ חוֹרֵשׁ֙ בַּקֹּצֵ֔ר וְדֹרֵ֥ךְ עֲנָבִ֖ים בְּמֹשֵׁ֣ךְ הַזָּ֑רַע וְהִטִּ֤יפוּ הֶֽהָרִים֙ עָסִ֔יס וְכָל־הַגְּבָע֖וֹת תִּתְמוֹגַֽגְנָה׃ 14 וְשַׁבְתִּי֮ אֶת־שְׁב֣וּת עַמִּ֣י יִשְׂרָאֵל֒ וּבָנ֞וּ עָרִ֤ים נְשַׁמּוֹת֙ וְיָשָׁ֔בוּ וְנָטְע֣וּ כְרָמִ֔ים וְשָׁת֖וּ אֶת־יֵינָ֑ם וְעָשׂ֣וּ גַנּ֔וֹת וְאָכְל֖וּ אֶת־פְּרִיהֶֽם׃ 15 וּנְטַעְתִּ֖ים עַל־אַדְמָתָ֑ם וְלֹ֨א יִנָּתְשׁ֜וּ ע֗וֹד מֵעַ֤ל אַדְמָתָם֙ אֲשֶׁ֣ר נָתַ֣תִּי לָהֶ֔ם אָמַ֖ר יְהוָ֥ה אֱלֹהֶֽיךָ׃