Yiddish
Hebrew
אידיש
1 אַזױ האָט מיר גאָט דער האַר געװיזן: ערשט ער האָט באַשאַפֿן אַ הײשעריק אין אָנהײב אױפֿגײן פֿון דער שפּעט-תּבֿואה, און זע, דאָס איז געװען די שפּעט-תּבֿואה נאָך דעם מלכס שניט. 2 און עס איז געװען, אַז ער האָט געענדיקט אױפֿעסן דאָס גראָז פֿון לאַנד, האָב איך געזאָגט: װי, גאָט דו האַר, פֿאַרגיב, איך בעט דיך; װי קען באַשטײן יעקב, אַז ער איז אַזױ קלײן? 3 האָט גאָט חרטה געהאַט דערױף: ״דאָס װעט ניט געשען״, האָט גאָט געזאָגט. 4 אַזױ האָט מיר גאָט דער האַר געװיזן: ערשט גאָט דער האַר האָט אױסגערופֿן אַ קריג דורך פֿײַער, און עס האָט פֿאַרצערט דעם גרױסן תּהָום, און װאָלט פֿאַרצערט דאָס לאַנד. 5 האָב איך געזאָגט: גאָט דו האַר, הער אױף, איך בעט דיך; װי קען באַשטײן יעקבֿ, אַז ער איז אַזױ קלײן? 6 האָט גאָט חרטה געהאַט דערױף: ״דאָס אױך װעט ניט געשען״, האָט גאָט דער האַר געזאָגט. 7 אַזױ האָט ער מיר געװיזן: ערשט גאָט שטײט אױף אַ שנורגלײַכער מױער, און אין זײַן האַנט איז אַ װאָגשנור. 8 און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: װאָס זעסטו, עָמוֹס? האָב איך געזאָגט: אַ װאָגשנור. האָט גאָט געזאָגט: זע, איך צי אַ װאָגשנור צװישן מײַן פֿאָלק ישׂראל, איך װעל אים מער װידער ניט פֿאַרגעבן. 9 און די במות פֿון יִשׂחק װעלן פֿאַרװיסט װערן, און די הײליקטומען פֿון ישׂראל װעלן חרבֿ װערן, און איך װעל אױפֿשטײן אױפֿן הױז פֿון יָרָבֿעָם מיטן שװערד.
10 און אַמַציָה דער כֹּהן פֿון בית-אֵל האָט געשיקט צו יָרָבֿעָם דעם מלך פֿון ישׂראל, אַזױ צו זאָגן: עָמוֹס האָט געמאַכט אַ בונט אױף דיר צװישן די קינדער פֿון ישׂראל; דאָס לאַנד קען ניט אױסהאַלטן אַלע זײַנע רײד. 11 װאָרום עָמוֹס האָט אַזױ געזאָגט: דורכן שװערד װעט שטאַרבן יָרָבֿעָם, און ישׂראל װעט אין גלות אַװעק פֿון זײַן ערד. 12 און אַמַציָה האָט געזאָגט צו עָמוֹסן: זעער, גײ אַנטלױף דיר קײן לאַנד יהודה, און עס דאָרטן ברױט, און דאָרטן זאָלסטו נבֿיאות זאָגן. 13 אָבער אין בית-אֵל זאָלסטו מער װידער נבֿיאות ניט זאָגן װאָרום עס איז אַ מלכס הײליקטום, און עס איז אַ הױז פֿון מלוכה. 14 האָט געענטפֿערט עָמוֹס און האָט געזאָגט צו אַמַציָהן; ניט קײן נבֿיא בין איך, און ניט קײן זון פֿון אַ נבֿיא בין איך, נײַערט אַ פּאַסטוך פֿון רינדער בין איך, און אַ צוריכטער פֿון װילדע פֿײַגן. 15 און גאָט האָט מיך גענומען פֿון הינטער די שאָף, און גאָט האָט צו מיר געזאָגט: גײ זאָג נבֿיאות צו מײַן פֿאָלק ישׂראל. 16 און אַצונד הער דאָס װאָרט פֿון גאָט: דו זאָגסט: זאָלסט ניט נבֿיאות זאָגן אױף ישׂראל, און ניט דַרשען אױף דעם הױז פֿון יִשׂחק. 17 דרום האָט גאָט אַזױ געזאָגט: דײַן װײַב װעט אין שטאָט אַ זוֹנה זײַן, און דײַנע זין און דײַנע טעכטער װעלן פֿאַלן דורכן שװערד, און דײַן ערד װעט מיט אַ שנור צעטײלט װערן, און דו װעסט שטאַרבן אױף אומרײנער ערד, און ישׂראל װעט אין גלות אַװעק פֿון זײַן ערד.
עברית
1 כֹּ֤ה הִרְאַ֙נִי֙ אֲדֹנָ֣י יְהוִ֔ה וְהִנֵּה֙ יוֹצֵ֣ר גֹּבַ֔י בִּתְחִלַּ֖ת עֲל֣וֹת הַלָּ֑קֶשׁ וְהִ֨נֵּה־לֶ֔קֶשׁ אַחַ֖ר גִּזֵּ֥י הַמֶּֽלֶךְ׃ 2 וְהָיָ֗ה אִם־כִּלָּה֙ לֶֽאֱכוֹל֙ אֶת־עֵ֣שֶׂב הָאָ֔רֶץ וָאֹמַ֗ר אֲדֹנָ֤י יְהוִה֙ סְֽלַֽח־נָ֔א מִ֥י יָק֖וּם יַֽעֲקֹ֑ב כִּ֥י קָטֹ֖ן הֽוּא׃ 3 נִחַ֥ם יְהוָ֖ה עַל־זֹ֑את לֹ֥א תִהְיֶ֖ה אָמַ֥ר יְהוָֽה׃ 4 כֹּ֤ה הִרְאַ֙נִי֙ אֲדֹנָ֣י יְהוִ֔ה וְהִנֵּ֥ה קֹרֵ֛א לָרִ֥ב בָּאֵ֖שׁ אֲדֹנָ֣י יְהוִ֑ה וַתֹּ֙אכַל֙ אֶת־תְּה֣וֹם רַבָּ֔ה וְאָכְלָ֖ה אֶת־הַחֵֽלֶק׃ 5 וָאֹמַ֗ר אֲדֹנָ֤י יְהוִה֙ חֲדַל־נָ֔א מִ֥י יָק֖וּם יַעֲקֹ֑ב כִּ֥י קָטֹ֖ן הֽוּא׃ 6 נִחַ֥ם יְהוָ֖ה עַל־זֹ֑את גַּם־הִיא֙ לֹ֣א תִֽהְיֶ֔ה אָמַ֖ר אֲדֹנָ֥י יְהוִֽה׃   ס 7 כֹּ֣ה הִרְאַ֔נִי וְהִנֵּ֧ה אֲדֹנָ֛י נִצָּ֖ב עַל־חוֹמַ֣ת אֲנָ֑ךְ וּבְיָד֖וֹ אֲנָֽךְ׃ 8 וַיֹּ֨אמֶר יְהוָ֜ה אֵלַ֗י מָֽה־אַתָּ֤ה רֹאֶה֙ עָמ֔וֹס וָאֹמַ֖ר אֲנָ֑ךְ וַיֹּ֣אמֶר אֲדֹנָ֗י הִנְנִ֨י שָׂ֤ם אֲנָךְ֙ בְּקֶ֙רֶב֙ עַמִּ֣י יִשְׂרָאֵ֔ל לֹֽא־אוֹסִ֥יף ע֖וֹד עֲב֥וֹר לֽוֹ׃ 9 וְנָשַׁ֙מּוּ֙ בָּמ֣וֹת יִשְׂחָ֔ק וּמִקְדְּשֵׁ֥י יִשְׂרָאֵ֖ל יֶחֱרָ֑בוּ וְקַמְתִּ֛י עַל־בֵּ֥ית יָרָבְעָ֖ם בֶּחָֽרֶב׃   פ
10 וַיִּשְׁלַ֗ח אֲמַצְיָה֙ כֹּהֵ֣ן בֵּֽית־אֵ֔ל אֶל־יָרָבְעָ֥ם מֶֽלֶךְ־יִשְׂרָאֵ֖ל לֵאמֹ֑ר קָשַׁ֨ר עָלֶ֜יךָ עָמ֗וֹס בְּקֶ֙רֶב֙ בֵּ֣ית יִשְׂרָאֵ֔ל לֹא־תוּכַ֣ל הָאָ֔רֶץ לְהָכִ֖יל אֶת־כָּל־דְּבָרָֽיו׃ 11 כִּי־כֹה֙ אָמַ֣ר עָמ֔וֹס בַּחֶ֖רֶב יָמ֣וּת יָרָבְעָ֑ם וְיִ֨שְׂרָאֵ֔ל גָּלֹ֥ה יִגְלֶ֖ה מֵעַ֥ל אַדְמָתֽוֹ׃   ס 12 וַיֹּ֤אמֶר אֲמַצְיָה֙ אֶל־עָמ֔וֹס חֹזֶ֕ה לֵ֥ךְ בְּרַח־לְךָ֖ אֶל־אֶ֣רֶץ יְהוּדָ֑ה וֶאֱכָל־שָׁ֣ם לֶ֔חֶם וְשָׁ֖ם תִּנָּבֵֽא׃ 13 וּבֵֽית־אֵ֔ל לֹֽא־תוֹסִ֥יף ע֖וֹד לְהִנָּבֵ֑א כִּ֤י מִקְדַּשׁ־מֶ֙לֶךְ֙ ה֔וּא וּבֵ֥ית מַמְלָכָ֖ה הֽוּא׃   ס 14 וַיַּ֤עַן עָמוֹס֙ וַיֹּ֣אמֶר אֶל־אֲמַצְיָ֔ה לֹא־נָבִ֣יא אָנֹ֔כִי וְלֹ֥א בֶן־נָבִ֖יא אָנֹ֑כִי כִּֽי־בוֹקֵ֥ר אָנֹ֖כִי וּבוֹלֵ֥ס שִׁקְמִֽים׃ 15 וַיִּקָּחֵ֣נִי יְהוָ֔ה מֵאַחֲרֵ֖י הַצֹּ֑אן וַיֹּ֤אמֶר אֵלַי֙ יְהוָ֔ה לֵ֥ךְ הִנָּבֵ֖א אֶל־עַמִּ֥י יִשְׂרָאֵֽל׃ 16 וְעַתָּ֖ה שְׁמַ֣ע דְּבַר־יְהוָ֑ה אַתָּ֣ה אֹמֵ֗ר לֹ֤א תִנָּבֵא֙ עַל־יִשְׂרָאֵ֔ל וְלֹ֥א תַטִּ֖יף עַל־בֵּ֥ית יִשְׂחָֽק׃ 17 לָכֵ֞ן כֹּה־אָמַ֣ר יְהוָ֗ה אִשְׁתְּךָ֞ בָּעִ֤יר תִּזְנֶה֙ וּבָנֶ֤יךָ וּבְנֹתֶ֙יךָ֙ בַּחֶ֣רֶב יִפֹּ֔לוּ וְאַדְמָתְךָ֖ בַּחֶ֣בֶל תְּחֻלָּ֑ק וְאַתָּ֗ה עַל־אֲדָמָ֤ה טְמֵאָה֙ תָּמ֔וּת וְיִ֨שְׂרָאֵ֔ל גָּלֹ֥ה יִגְלֶ֖ה מֵעַ֥ל אַדְמָתֽוֹ׃   ס