אידיש
1
הערט דאָס דאָזיקע װאָרט װאָס איך הײב אױף פֿאַר אַ קלאָגליד אױף אײַך, איר הױז פֿון ישׂראל:
2
געפֿאַלן ניט מער אױפֿצושטײן איז די יונגפֿרױ ישׂראל. זי ליגט אַנידערגעװאָרפֿן אױף איר ערד, ניטאָ װער זאָל זי אױפֿשטעלן.
3
װאָרום אַזױ האָט געזאָגט גאָט דער האַר: די שטאָט װאָס פֿלעגט אַרױס מיט טױזנט, װעט בלײַבן בײַ הונדערט, און די װאָס פֿלעגט אַרױס מיט הונדערט, װעט בלײַבן בײַ צען, פֿון דעם הױז פֿון ישׂראל.
4
װאָרום אַזױ האָט גאָט געזאָגט צום הױז פֿון ישׂראל: זוכט מיך, און לעבט;
5
און איר זאָלט ניט זוכן בית-אֵל, און קײן גִלגָל זאָלט איר ניט קומען, און קײן באֵר-שֶבַע זאָלט איר ניט אַריבערגײן; װאָרום גִלגָל װעט אין גלות גײן, און בית-אֵל װעט צו נישט װערן.
6
זוכט גאָט, און לעבט; כּדי ער זאָל ניט אױסברעכן װי אַ פֿײַער אין הױז פֿון יוֹסף, און עס װעט פֿאַרצערן, אַז קײן לעשער װעט ניט זײַן פֿאַר בית-אֵל;
7
די װאָס פֿאַרקערן גערעכטיקײט אין װערמוט, און רעכטפֿאַרטיקײט לײגן זײ צו דער ערד.
8
דעם װאָס מאַכט דעם זיבנשטערן און דעם אָריאָנשטערן, און פֿאַרקערט טױטשאָטן אין פֿרימאָרגן, און פֿאַרפֿינצטערט טאָג אין נאַכט; דעם װאָס רופֿט די װאַסערן פֿון ים, און גיסט זײ אױס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד, יהוה איז זײַן נאָמען;
9
דעם װאָס בליצט אַרױס אַ בראָך אױפֿן שטאַרקן, און אַ בראָך קומט אױף דער פֿעסטונג.
10
זײ האָבן פֿײַנט דעם װאָס מוסרט אין טױער, און דעם װאָס רעדט ערלעך פֿאַראומװערדיקן זײ.
11
דרום, װײַל איר טרעט אױפֿן אָרימאַן, און אָפּגאָב פֿון תּבֿואה נעמט איר פֿון אים, האָט איר הײַזער פֿון געהאַקטע שטײנער געבױט, און װעט אין זײ ניט װױנען; האָט איר גלוסטיקע װײַנגערטנער געפֿלאַנצט, און װעט ניט טרינקען זײער װײַן.
12
װאָרום איך װײס, אײַערע פֿאַרברעכן זײַנען פֿיל, און שטאַרק אײַערע זינד, איר, װאָס דריקט דעם גערעכטן, װאָס נעמט שוֹחד, און קריװדעט די אבֿיוֹנים אין טױער.
13
דרום שװײַגט דער פֿאַרשטאַנדיקער אין אַזאַ צײַט, װאָרום אַ בײזע צײַט איז דאָס.
14
זוכט גוטס און ניט שלעכטס, כּדי איר זאָלט לעבן, און יהוה, דער גאָט פֿון צבָֿאות, װעט זײַן מיט אײַך, אַזױ װי איר פֿאַרלאַנגט.
15
האָט פֿײַנט שלעכטס, און האָט ליב גוטס, און שטעלט אױף אין טױער גערעכטיקײט, אפֿשר װעט יהוה, דער גאָט פֿון צבָֿאות, לײַטזעליקן דעם איבערבלײַב פֿון יוֹסף.
16
פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט גאָט, דער גאָט פֿון צבָֿאות, יהוה: אין אַלע מערק װעט זײַן אַ קלאָג, און אין אַלע גאַסן װעט מען זאָגן: אָי! אָי! און מע װעט רופֿן דעם אַקערמאַן צו טרױער, און צו קלאָג די געניטע אין יאָמערן.
17
און אין אַלע װײַנגערטנער װעט זײַן אַ קלאָג, אַז איך װעל דורכגײן צװישן דיר, זאָגט גאָט.
18
װײ, די װאָס באַגערן דעם טאָג פֿון גאָט! צוּ װאָס אײַך דען דער טאָג פֿון גאָט? ער איז פֿינצטער און ניט ליכטיק.
19
אַזױ װי װען אַ מענטש אַנטלױפֿט פֿון אַ לײב, און אים באַגעגנט אַ בער, און ער קומט אין הױז, און לענט זײַן האַנט אָן דער װאַנט, און אַ שלאַנג בײַסט אים אײַן.
20
פֿאַר װאָר, חוֹשך איז דער טאָג פֿון גאָט, און ניט ליכטיק, און פֿינצטער און אָן אַ שימער אין אים.
21
איך האָב פֿײַנט, איך פֿאַראַכט אײַערע יָום-טוֹבים, און איך קען ניט שמעקן אײַערע אײַנזאַמלונגען.
22
אַפֿילו אַז איר ברענגט מיר אױף בראַנדאָפּפֿער און אײַערע שפּײַזאָפּפֿער, באַװיליק איך ניט, און אײַערע געשטאָפּטע פֿרידאָפּפֿער קוק איך ניט אָן.
23
טו אָפּ פֿון מיר די ברומונג פֿון דײַנע געזאַנגען, און דאָס שפּיל פֿון דײַנע גיטאַרן לאָמיך ניט הערן.
24
נאָר לאָז קװעלן װי װאַסער גערעכטיקײט, און רעכטפֿאַרטיקײט װי אַ שטראָם אַ שטאַרקער.
25
האָט איר מיר שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער געבראַכט אין דער מדבר, פֿאַר די פֿערציק יאָר, איר הױז פֿון ישׂראל?
26
דרום װעט איר טראָגן סִכּות אײַער קיניג, און כִּיאָן, אײַערע געצנבילדער, אײַער שטערנגאָט װאָס איר האָט אײַך געמאַכט.
27
און איך װעל אײַך פֿאַרטרײַבן פֿון יענער זײַט דַמֶשֶׂק, זאָג יהוה – גאָט פֿון צבָֿאות איז זײַן נאָמען.