אידיש
1
הערט דאָס דאָזיקע װאָרט, איר בָשָן-קי װאָס אױפֿן באַרג שוֹמרוֹן, די װאָס באַרױבן די אָרימע, װאָס דריקן די אבֿיוֹנים, װאָס זאָגן צו זײערע האַרן: ברענג מיר זאָלן טרינקען.
2
גאָט דער האַר האָט געשװאָרן בײַ זײַן הײליקײט, אַז, זע, טעג קומען אױף אײַך, און מע װעט אײַך אַװעקנעמען מיט האָקן, און אײַער איבערבלײַב מיט פֿישערשטאַנגען.
3
און דורך מױערבראָכן װעט איר אַרױסגײן, איטלעכע אַקעגן זיך, און איר װעט פֿאַרלאָזן די פּאַלאַצן, זאָגט גאָט.
4
קומט קײן בית-אֵל און פֿאַרברעכט, קײן גִלגָל, און מערט פֿאַרברעכן, און ברענגט צום פֿרימאָרגן אײַערע שלאַכטאָפּפֿער, אױפֿן דריטן טאָג אײַערע מעשׂרס;
5
און דעמפֿט פֿון געזײַערט ברױט דאַנקאָפּפֿער, און רופֿט אױס פֿרײַװיליקע גאָבן, מאַכט הערן, װאָרום אַזױ האָט איר ליב, איר קינדער פֿון ישׂראל, זאָגט גאָט דער האַר.
6
און איך אױך האָב אײַך געגעבן לײדיקע צײן אין אַלע אײַערע שטעט, און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר, זאָגט גאָט.
7
און איך האָב אױך פֿאַרמיטן פֿון אײַך דעם רעגן, װען נאָך דרײַ חדשים צום שניט, און איך האָב געלאָזט רעגענען אױף אײן שטאָט, און אױף אײן שטאָט פֿלעג איך ניט לאָזן רעגענען; אײן שטיק פֿלעגט באַרעגנט װערן, און דאָס שטיק װאָס דערױף פֿלעגט ניט רעגענען, פֿלעגט פֿאַרטריקנט װערן.
8
און צװײ דרײַ שטעט האָבן געװאַנדערט צו אײן שטאָט, צו טרינקען װאַסער, און פֿלעגן ניט קריגן צו זאַט, און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר, זאָגט גאָט.
9
איך האָב אײַך געפּלאָגט מיט קאָרנבראַנד און מיט װעלקעניש; די מערסטע פֿון אײַערע גערטנער און אײַערע װײַנגערטנער און אײַערע פֿײַגנבײמער און אײַערע אײלבערטבײמער עסט דער הײשעריק אױף, און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר, זאָגט גאָט.
10
איך האָב אָנגעשיקט אױף אײַך אַ פּעסט, אױפֿן שטײגער פֿון מִצרַיִם, איך האָב געהרגעט מיטן שװערד אײַערע יונגעלײַט, דערצו געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון אײַערע פֿערד. און איך האָב געלאָזט אױפֿגײן דעם געשטאַנק פֿון אײַערע מחנות אין אײַער נאָז, און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר, זאָגט גאָט.
11
איך האָב איבערגעקערט צװישן אײַך, אַזױ װי גאָטס איבערקערעניש פֿון סדוֹם און עַמוֹרָה, און איר זײַט געבליבן װי אַ שײַט אַרױסגעריסן פֿון אַ שׂרפֿה, און איר האָט זיך ניט אומגעקערט צו מיר, זאָגט גאָט.
12
דרום װעל איך אַזױ טאָן צו דיר, ישׂראל: – װײַל איך װעל דאָס דאָזיקע טאָן צו דיר, ברײט זיך אָן אַנטקעגן דײַן גאָט, ישׂראל.
13
װאָרום זע, ער פֿורעמט די בערג, און באַשאַפֿט דעם װינט, און ער זאָגט דעם מענטשן װאָס זײַן טראַכטונג איז; ער מאַכט פֿון פֿרימאָרגן פֿינצטערניש, און ער טרעט אױף די הײכן פֿון דער ערד; יהוה דער גאָט פֿון צבָֿאות איז זײַן נאָמען.