אידיש
1
װאָרום זע, אין יענע טעג און אין יענער צײַט, אַז איך װעל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון יהודה און ירושָלַיִם,
2
װעל איך אײַנזאַמלען אַלע פֿעלקער, און איך װעל זײ מאַכן נידערן אין טאָל פֿון יהוֹשָפָֿט, און איך װעל זיך דאָרטן משפּטן מיט זײפֿאַר מײַן פֿאָלק און מײַן אַרב ישׂראל, װאָס זײ האָבן זײ צעשפּרײט צװישן די פֿעלקער, און צעטײלט מײַן לאַנד.
3
און אױף מײַן פֿאָלק האָבן זײ גוֹרל געװאָרפֿן, און געגעבן אַ ייִנגל פֿאַר אַ זוֹנה, און אַ מײַדל פֿאַרקױפֿט פֿאַר װײַן, און געטרונקען.
4
און װאָס זײַט איר מיר גאָר, צוֹר און צידוֹן, און אַלע געגנטן פֿון פּלֶשֶת? צי פֿאַרגעלטונג צאָלט איר דאָס אָפּ פֿון מײַנעטװעגן? איז, אױב איר פֿאַרגעלט דאָס פֿון מײנטעװעגן, װעל איך אײַליק גיך אומקערן אײַער פֿאַרגעלטונג אױף אײַער קאָפּ;
5
װאָס מײַן זילבער און מײַן גאָלד האָט איר צוגענומען, און מײַנע בעסטע גלוסטיקײטן געבראַכט אין אײַערע פּאַלאַצן
6
און די קינדער פֿון יהודה און די קינדער פֿון ירושָלַיִם האָט איר פֿאַרקױפֿט צו די קינדער פֿון די יוָנים, כּדי זײ צו דערװײַטערן פֿון זײער געמאַרק.
7
זעט, איך דערװעק זײ פֿון דעם אָרט װאָס איר האָט זײ פֿאַרקױפֿט דאָרטן, און איך װעל אומקערן אײַער טוּונג אױף אײַער קאָפּ.
8
און איך װעל פֿאַרקױפֿן אײַערע זין און אײַערע טעכטער אין דער האַנט פֿון די קינדער פֿון יהודה, און זײ װעלן זײ פֿאַרקױפֿן צו די שבֿאים, צו אַ װײַטן פֿאָלק, װאָרום גאָט האָט גערעדט.
9
רופֿט דאָס אױס צװישן די פֿעלקער, ברײט אָן אַ מלחמה, װעקט אױף די גיבוֹרים; זאָלן גענענען, זאָלן אַרױפֿגײן אַלע מענער פֿון מלחמה.
10
שמידט אײַערע אַקעראײַזנס אױף שװערדן, און אײַערע צװײַגמעסערס אױף שפּיזן; דער שלאַפֿער זאָל זאָגן: אַ גיבור בין איך.
11
אײַלט און קומט אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום, און לאָמען זיך אײַנזאַמלען; אַהין מאַך נידערן, גאָט, דײַנע גיבוֹרים!
12
זאָלן זיך דערװעקן די פֿעלקער און אַרױפֿגײן צום טאָל פֿון יהוֹשָפֿט װאָרום דאָרטן װעל איך זיצן צו משפּטן אַלע פֿעלקער פֿון רונד אַרום.
13
לײגט צו דעם שנײַדמעסער, װאָרום צײַטיק איז דער שניט; קומט טרעט, װאָרום פֿול איז דער קעלטער, די קובלען לױפֿן איבער; װאָרום גרױס איז זײער בײז.
14
מחנות, מחנות אין טאָל פֿון גזַר! װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט אין טאָל פֿון גזַר.
15
די זון און די לבֿנה װערן שװאַרץ, און די שטערן נעמען אַרײַן זײער שײַן.
16
און גאָט װעט ברילן פֿון צִיוֹן, און פֿון ירושָלַיִם װעט ער אַרױסלאָזן זײַן קָול, און שטורעמען װעלן הימל און ערד; אָבער גאָט װעט זײַן אַ באַשיצונג פֿאַר זײַן פֿאָלק, און אַ פֿעסטונג פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל.
17
און איר װעט װיסן אַז איך, יהוה אײַער גאָט, רו אױף צִיוֹן, מײַן הײליקן באַרג; און ירושָלַיִם װעט זײַן הײליק, און פֿרעמדע װעלן מער ניט דורכגײן אין איר.
18
און עס װעט זײַן אין יענעם טאָג, װעלן די בערג טריפֿן זאַפֿט, און די הײכן װעלן איבערגײן מיט מילך, און אַלע גראָבנס פֿון יהודה װעלן איבערגײן מיט װאַסער. און אַ קװאַל װעט אַרױסגײן פֿון גאָטס הױז, און װעט אָנטרינקען דעם טאָל שִטים.
19
מִצרַיִם װעט אַ װיסטעניש װערן, און אֶדוֹם װעט אַ װיסטער מדבר װערן, פֿאַר דעם אומרעכט צו די קינדער פֿון יהודה, װאָס זײ האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט אין זײער לאַנד.
20
אָבער יהודה װעט זײַן אײביק באַזעצט, און ירושָלַיִם אױף דוֹר-דוֹרות.
21
און װאָס איך װעל שענקען, זײער בלוט װעל איך ניט שענקען; און גאָט טוט רוען אין צִיוֹן.