אידיש
1
דאָס װאָרט פֿון גאָט װאָס איז געװען צו יוֹאֵל דעם זון פֿון פּתואֵלן:
2
הערט דאָס צו, איר זקנים, און פֿאַרנעמט אַלע באַװױנער פֿון לאַנד: איז אַזױ װאָס געשען אין אײַערע טעג, צי אין די טעג פֿון אײַערע עלטערן?
3
דערצײלט װעגן דעם אײַערע קינדער, און אײַערע קינדער צו זײערע קינדער, און זײערע קינדער צו דעם אַנדער דָור.
4
װאָס איז געבליבן פֿון דעם װאָרעם האָט אױפֿגעגעסן דער הײשעריק, און װאָס איז געבליבן פֿון דעם הײשעריק האָט אױפֿגעגעסן דער גראָזפֿרעסער, און װאָס איז געבליבן פֿון דעם גראָזפֿרעסער האָט אױפֿגעגעסן דער גריל.
5
כאַפּט זיך אױף, שיכּורים, און װײנט, און יאָמערט, אַלע טרינקער פֿון װײַן, אױף דער טרױבנזאַפֿט װאָס זי איז פֿאַרשניטן געװאָרן פֿון אײַער מױל.
6
װאָרום אַ פֿאָלק איז אַרױפֿגעקומען אױף מײַן לאַנד, מאַכטיק און אָן אַ צאָל; זײַנע צײן זײַנען צײן פֿון אַ לײב, און באַקצײנער פֿון אַ לײבינטע האָט ער.
7
ער האָט געמאַכט מײַן װײַנשטאָק צו װיסט, און צו שפּענדלעך מײַן פֿײַגנבױם; אָפּגעהױלט הױל האָט ער אים און אַנידערגעװאָרפֿן, זײַנע צװײַגן זײַנען װײַס געװאָרן.
8
קלאָג װי אַ יונגפֿרױ אָנגעגורט מיט זאַק נאָך דעם מאַן פֿון איר יוגנט.
9
פֿאַרשניטן געװאָרן איז אַ שפּײַזאָפּפֿער און אַ גיסאָפּפֿער פֿון דעם הױז פֿון גאָט; עס טרױערן די כֹּהנים, די באַדינער פֿון גאָט.
10
פֿאַרװיסט געװאָרן איז דאָס פֿעלד, עס טרױערט די ערד, װאָרום פֿאַרװיסט געװאָרן איז די תּֿבֿואה, אױסגעטריקנט האָט דער װײַן, אײַנגעגאַנגען איז דאָס אײל,
11
צו שאַנד זײַנען די אַקערלײַט, עס יאָמערן די װײַנגערטנירער, אױפֿן װײץ און אױפֿן גערשטן; װאָרום דער שניט פֿון פֿעלד איז פֿאַרלאָרן.
12
דער װײַנשטאָק איז פֿאַרטריקנט, און דער פֿײַגנבױם איז פֿאַרװעלקט; דער מילגרױם, אױך דער טײטלבױם און דער עפּלבױם, אַלע בײמער פֿון פֿעלד, זײַנען פֿאַרטריקנט; יאָ, אױסגעטריקנט האָט די פֿרײד פֿון די מענטשנקינדער.
13
גורט אײַך אָן און קלאָגט, איר כֹּהנים, יאָמערט, איר באַדינער פֿון מזבח; קומט נעכטיקט אין זאַקקלײדער, באַדינער פֿון מײַן גאָט, װאָרום פֿאַרמיטן איז פֿון אײַער גאָטס הױז אַ שפּײַזאָפּפֿער און אַ גיסאָפּפֿער.
14
הײליקט אַ פֿאַסטטאָג, רופֿט אַן אײַנזאַמלונג, קלײַבט צונױף די עלטסטע, אַלע באַװוינער פֿון לאַנד, אין הױז פֿון יהוה אײַער גאָט, און טוט שרײַען צו גאָט.
15
װײ אױף דעם טאָג! װאָרום נאָנט איז דער טאָג פֿון גאָט, און װי אַ בראָך פֿון אַלמאַכטיקן קומט ער.
16
פֿאַר װאָר, פֿאַר אונדזערע אױגן איז פֿאַרשניטן די שפּײַז; פֿון אונדזער גאָטס הױז, די פֿרײד און די לוסטיקײט.
17
אײַנגעדאַרט זײַנען די זאָמען אונטער זײערע גרודעס, װיסט געװאָרן זײַנען די שפּײַכלערס, אײַנגעפֿאַלן זײַנען די שײַערן װאָרום אױסגעטריקנט איז די תּבואה.
18
װי קרעכצט די בהמה! צעטומלט זײַנען די סטאַדעס רינדער, װאָרום ניטאָ פֿאַר זײ קײן פֿיטערונג; אַפֿילו די סטאַדעס שאָף זײַנען פֿאַרװיסט.
19
צו דיר, גאָט, טו איך רופֿן, װאָרום אַ פֿײַער האָט פֿאַרצערט די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר, און אַ פֿלאַם האָט צעפֿלאַקערט אַלע בײמער פֿון פֿעלד.
20
אַפֿילו די בהמות פֿון פֿעלד שמאַכטן צו דיר, װאָרום אױסגעטריקנט זײַנען די גראָבנס װאַסער, און אַ פֿײַער האָט פֿאַרצערט די פֿיטערפּלעצער פֿון מדבר.