אידיש
1
ניט פֿרײען זאָלסטו זיך, ישׂראל, מיט שׂמחה אַזױ װי די פֿעלקער, װאָרום האָסט זיך אָפּגעקערט פֿון דײַן גאָט, האָסט ליב געהאַט זוֹנה-לױן אױף אַלע תּבואה-שײַערן.
2
דער שײַער און דער קעלטער װעט זײ ניט שפּײַזן, און דער פֿרישװײַן װעט פֿעלשן אָן זײ.
3
זײ װעלן ניט זיצן אין לאַנד פֿון גאָט, און אפֿרים װעט זיך קײן מִצרַיִם אומקערן, און אין אַשור װעלן זײ אומרײנס עסן.
4
זײ װעלן ניט גיסן צו גאָט װײַן, און ניט אָנגעלײגט װעלן אים זײַן זײערע שלאַכטאָפּפֿער, אַזױ װי ברױט פֿון אַבֵלות װעט עס זײ זײַן, אַלע װאָס עסן עס װעלן זיך פֿאַראומרײניקן; װאָרום זײער ברױט װעט זײַן פֿאַר זײער לײַב, עס װעט ניט קומען אין הױז פֿון גאָט.
5
װאָס װעט איר טאָן אין אַ יָום-טובֿ, און אין אַ פֿײַערטאָג פֿון גאָט?
6
װאָרום זע, זײ זײַנען אַװעק פֿון דעם בראָך, װעט מִצרַיִם זײ אײַנזאַמלען, מוֹף װעט זײ באַגראָבן; די שאַצן פֿון זײער זילבער, זײ װעט שטעכגעװעקס ירשען, דערנער װעלן זײַן אין זײערע געצעלטן.
7
געקומען זײַנען די טעג פֿון רעכנשאַפֿט, געקומען די טעג פֿון באַצאָלונג; געװאָר װערן װעט ישׂראל. ״אַ נאַר איז דער נבֿיא, משוגע איז דער מאַן פֿון גײַסט!״ פֿון װעגן דײַן גרױס זינד, און װײַל גרױס איז די פֿײַנטשאַפֿט.
8
אַ לױערער איז אפֿרים אַקעגן מײַן גאָט, דעם נבֿיא שטעלט ער אַ פּאַסטקע אױף אַלע זײַנע װעגן, פֿײַנטשאַפֿט אין הױז פֿון זײַן גאָט.
9
טיף פֿאַרדאָרבן זײַנען זײ, אַזױ װי אין די טעג פֿון גִבעָה; ער װעט געדענקען זײער פֿאַרברעך, ער װעט דערמאָנען זײערע זינד.
10
װי װײַנטרױבן אין מדבר האָב איך געפֿונען ישׂראל, װי אַן ערשטפֿרוכט פֿון פֿײַגנבױם אין זײַן אָנהײב האָב איך געזען אײַערע עלטערן; זײַנען זײ געקומען קײן בעַל-פְּעוֹר, און זיך אָפּגעשײדט צום שאַנדגעץ, און געװאָרן אומװערדיק װי דאָס װאָס זײ האָבן ליב געקראָגן.
11
אפֿרים – װי אַ פֿױגל װעט זײער כּבוד אַװעקפֿליען, אױס געבורט, און אױס מוטערלײַב, און אױס טראָגשאַפֿט!
12
אַפֿילו אַז זײ װעלן אױפֿברענגען זײערע קינדער, װעל איך זײ באַרױבן פֿון זײ, אַז קײן מענטש זאָל ניט בלײַבן; יאָ, װײ אױך צו זײ װען איך טו זיך אָפּ פֿון זײ!
13
אפֿרים, װי איך האָב צוֹר געזען, איז געפֿלאַנצט אין אַ שײנעם אָרט, אָבער אפֿרים װעט אַרױספֿירן זײַנע קינדער צום טײטער
14
גיב זײ, גאָט, װאָס דו דאַרפֿסט זײ געבן! גיב זײ אַ טראַכט װאָס פֿאַרװאַרפֿט, און בריסט פֿאַרדאַרטע!
15
אַל דאָס בײז זײערס איז אין גִלגָל, יאָ, דאָרט האָב איך זײ פֿײַנט געקראָגן; פֿאַר די בײזע מעשׂים זײערע װעל איך זײ פֿון מײַן הױז אַרױסטרײַבן; איך װעל זײ מער ניט ליב האָבן; אַלע זײערע האַרן זײַנען אָפּקערער.
16
געשלאָגן געװאָרן איז אפֿרים, זײער װאָרצל איז פֿאַרטריקנט, קײן פֿרוכט װעלן זײ ניט ברענגען; אַפֿילו אַז זײ װעלן געבערן, װעל איך טײטן די גלוסטיקע פֿון זײער לײַב.
17
פֿאַראַכטן װעט זי מײַן גאָט, װײַל זײ האָבן ניט צוגעהערט צו אים, און זײ װעלן אומװאָגלען צװישן די פֿעלקער.