Yiddish
Hebrew
אידיש
1 צו דײַן גומען אַ שוֹפֿר! װי אַן אָדלער קומט אױף גאָטס הױז; װײַל זײ האָבן איבערגעטרעטן מײַן בונד, און קעגן מײַן תּוֹרה פֿאַרבראָכן. 2 קען ישׂראל דען שרײַען צו מיר: מײַן גאָט, מיר קענען דיך? 3 ישׂראל האָט פֿאַרלאָזט דאָס גוטס, זאָל אים דער פֿײַנט נאָכיאָגן. 4 זײ האָבן געמאַכט מלכים, אָבער אָן מיר, געמאַכט האַרן, און איך האָב ניט געװוּסט; פֿון זײער זילבער און זײער גאָלד האָבן זײ זיך געצנבילדער געמאַכט; דרום װעט ער פֿאַרשניטן װערן. 5 פֿאַרלאָזן װערט דײַן קאַלב, שוֹמרוֹן; מײַן צאָרן טוט גרימען אױף זײ; ביז װאַנען נאָך װעלן זײ ניט קענען זיך רײניקן? 6 װאָרום עס קומט פֿון ישׂראל, און דאָס האָט אַ מײַנסטער געמאַכט, און קײן גאָט איז דאָס ניט; פֿאַר װאָר, שפּענדלעך װעט װערן דאָס קאַלב פֿון שוֹמרוֹן. 7 װאָרום װינט זײען זײ, און שטורעם װעלן זײ שנײַדן; קײן זאַנג האָט עס ניט – אַ שפּראָצונג װאָס ברענגט ניט קײן מעל; טאָמער װעט עס ברענגען, װעלן עס פֿרעמדע אײַנשלינגען. 8 אײַנגעשלונגען געװאָרן איז ישׂראל, אַצונד זײַנען זײ געװאָרן צװישן די פֿעלקער, װי אַ נישטװערטיקע כּלי. 9 װאָרום זײ זײַנען אַרױפֿגעגאַנגען צו אַשור, אַ װילדאײזל באַזונדער פֿאַר זיך; אפֿרים האָט ליבשאַפֿט געדונגען. 10 אָבער הגם זײ דינגען צװישן די פֿעלקער, װעל איך אַצונדערט זײ אײַנזאַמלען; און זײ װעלן אָנהײבן מינער װערן פֿון דער משׂא פֿון מלך און האַרן. 11 װאָרום אפֿרים האָט געמערט מזבחות צום זינדיקן, בײַ אים זײַנען מזבחות צום זינדיקן געװען. 12 װי פֿיל פֿון מײַן תּוֹרא איך זאָל אים שרײַבן, איז דאָס בײַ אים װי פֿרעמד פֿאַררעכנט. 13 מײַנע בראַנדאָפּפֿער זאָלן זײ שלאַכטן פֿאַר פֿלײש און עסן, גאָט טוט זײ ניט באַפֿיליקן. אַצונד װעט ער געדענקען זײער פֿאַרברעך, און װעט דערמאָנען זײערע זינד; קײן מִצרַיִם װעלן זײ זיך אומקערן. 14 װאָרום ישׂראל האָט פֿאַרגעסן אָן זײַן באַשעפֿער, און האָט פּאַלײען געבױט, און יהודה האָט געמערט באַפֿעסטיקטע שטעט: דרום װעל איך שיקן אַ פֿײַער אין זײַנע שטעט, און עס װעט פֿאַרצערן אירע פּאַלאַצן.
עברית
1 אֶל־חִכְּךָ֣ שֹׁפָ֔ר כַּנֶּ֖שֶׁר עַל־בֵּ֣ית יְהוָ֑ה יַ֚עַן עָבְר֣וּ בְרִיתִ֔י וְעַל־תּוֹרָתִ֖י פָּשָֽׁעוּ׃ 2 לִ֖י יִזְעָ֑קוּ אֱלֹהַ֥י יְֽדַעֲנ֖וּךָ יִשְׂרָאֵֽל׃ 3 זָנַ֥ח יִשְׂרָאֵ֖ל ט֑וֹב אוֹיֵ֖ב יִרְדְּֽפוֹ׃ 4 הֵ֤ם הִמְלִיכוּ֙ וְלֹ֣א מִמֶּ֔נִּי הֵשִׂ֖ירוּ וְלֹ֣א יָדָ֑עְתִּי כַּסְפָּ֣ם וּזְהָבָ֗ם עָשׂ֤וּ לָהֶם֙ עֲצַבִּ֔ים לְמַ֖עַן יִכָּרֵֽת׃ 5 זָנַח֙ עֶגְלֵ֣ךְ שֹֽׁמְר֔וֹן חָרָ֥ה אַפִּ֖י בָּ֑ם עַד־מָתַ֕י לֹ֥א יוּכְל֖וּ נִקָּיֹֽן׃ 6 כִּ֤י מִיִּשְׂרָאֵל֙ וְה֔וּא חָרָ֣שׁ עָשָׂ֔הוּ וְלֹ֥א אֱלֹהִ֖ים ה֑וּא כִּֽי־שְׁבָבִ֣ים יִֽהְיֶ֔ה עֵ֖גֶל שֹׁמְרֽוֹן׃ 7 כִּ֛י ר֥וּחַ יִזְרָ֖עוּ וְסוּפָ֣תָה יִקְצֹ֑רוּ קָמָ֣ה אֵֽין־ל֗וֹ צֶ֚מַח בְּלִ֣י יַֽעֲשֶׂה־קֶּ֔מַח אוּלַ֣י יַֽעֲשֶׂ֔ה זָרִ֖ים יִבְלָעֻֽהוּ׃ 8 נִבְלַ֖ע יִשְׂרָאֵ֑ל עַתָּה֙ הָי֣וּ בַגּוֹיִ֔ם כִּכְלִ֖י אֵֽין־חֵ֥פֶץ בּֽוֹ׃ 9 כִּֽי־הֵ֙מָּה֙ עָל֣וּ אַשּׁ֔וּר פֶּ֖רֶא בּוֹדֵ֣ד ל֑וֹ אֶפְרַ֖יִם הִתְנ֥וּ אֲהָבִֽים 10 גַּ֛ם כִּֽי־יִתְנ֥וּ בַגּוֹיִ֖ם עַתָּ֣ה אֲקַבְּצֵ֑ם וַיָּחֵ֣לּוּ מְּעָ֔ט מִמַּשָּׂ֖א מֶ֥לֶךְ שָׂרִֽים׃ 11 כִּֽי־הִרְבָּ֥ה אֶפְרַ֛יִם מִזְבְּחֹ֖ת לַחֲטֹ֑א הָיוּ־ל֥וֹ מִזְבְּח֖וֹת לַחֲטֹֽא׃ 12 אכתוב־ל֔וֹ רבו תּֽוֹרָתִ֑י כְּמוֹ־זָ֖ר נֶחְשָֽׁבוּ׃ 13 זִבְחֵ֣י הַבְהָבַ֗י יִזְבְּח֤וּ בָשָׂר֙ וַיֹּאכֵ֔לוּ יְהוָ֖ה לֹ֣א רָצָ֑ם עַתָּ֞ה יִזְכֹּ֤ר עֲוֺנָם֙ וְיִפְקֹ֣ד חַטֹּאותָ֔ם הֵ֖מָּה מִצְרַ֥יִם יָשֽׁוּבוּ׃ 14 וַיִּשְׁכַּ֨ח יִשְׂרָאֵ֜ל אֶת־עֹשֵׂ֗הוּ וַיִּ֙בֶן֙ הֵֽיכָל֔וֹת וִֽיהוּדָ֕ה הִרְבָּ֖ה עָרִ֣ים בְּצֻר֑וֹת וְשִׁלַּחְתִּי־אֵ֣שׁ בְּעָרָ֔יו וְאָכְלָ֖ה אַרְמְנֹתֶֽיהָ׃   ס