Yiddish
Hebrew
אידיש
1 קומט און לאָמיר זיך אומקערן צו גאָט, װאָרום ער האָט פֿאַרצוקט, און ער װעט אונדז הײלן, ער שלאָגט און ער װעט אונדז פֿאַרבינדן, 2 נאָך צװײ טעג װעט ער אנדז אױפֿלעבן, אױפֿן דריטן טאָג װעט ער אונדז אױפֿריכטען, און מיר װעלן לעבן פֿאַר אים. 3 און לאָמיר דערקענען, לאָמיר זיך יאָגן צו דערקענען גאָט; זיכער װי דער באַגינען איז זײַן אַרױסגאַנג; און ער װעט קומען צו אונדז װי דער רעגן, און װי שפּעטרעגן װאָס באַװעַסערט די ערד. 4 װאָס זאָל איך טאָן צי דיר, אפּֿרים? װאָס זאָל איך טאָן צו דיר, יהודה? אַז אײַער גוצקײט איז װי אַ פֿרימאָרגנװאָלקן, און װי דער טױ װאָס פֿאַרגײט אין דער פֿרי. 5 דרום האָב איך [זײ] געהאַקט דורך די נבֿיאים, זײ געהרגעט מיט די װערטער פֿון מײַן מױל; כּדי דײַן משפּט זאָל װי דאָס ליכט אַרױס. 6 װאָרום גוצקײט האָב איך באַגערט און ניט שלאַכטאָפּפֿער, און דערקענונג פֿון גאָט אײדער בראַנדאָפּפֿער. 7 אָבער זײ װי מענטשן האָבן איבערגעטרעטן דעם בונד; אָן האָבן זײ געפֿעלשט אָן מיר. 8 גִלעָד איז אַ שטאָט פֿון אומרעכטטוער, אױסגעטרעטן מיט בלוט. 9 און װי באַנדעס װאָס לױערן אױף מענטשן, איז די חברה פֿון די כֹּהנים; זײ טײטן אױפֿן װעג קײן שכֶם, יאָ, שענדלעכקײט באַגײען זײ. 10 אין הױז פֿון ישׂראל האָב איך שױדערהאַפֿטיקס געזען, אָן איז זנות בײַ אפֿרים, פֿאַראומרײניקט איז ישׂראל. 11 אױך אױף דיר, יהודה, האָט מען אַ שניט באַשערט. אַז איך װיל אומקערן די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון מײַן פֿאָלק.
עברית
1 לְכוּ֙ וְנָשׁ֣וּבָה אֶל־יְהוָ֔ה כִּ֛י ה֥וּא טָרָ֖ף וְיִרְפָּאֵ֑נוּ יַ֖ךְ וְיַחְבְּשֵֽׁנוּ׃ 2 יְחַיֵּ֖נוּ מִיֹּמָ֑יִם בַּיּוֹם֙ הַשְּׁלִישִׁ֔י יְקִמֵ֖נוּ וְנִחְיֶ֥ה לְפָנָֽיו׃ 3 וְנֵדְעָ֣ה נִרְדְּפָ֗ה לָדַ֙עַת֙ אֶת־יְהוָ֔ה כְּשַׁ֖חַר נָכ֣וֹן מֽוֹצָא֑וֹ וְיָב֤וֹא כַגֶּ֙שֶׁם֙ לָ֔נוּ כְּמַלְק֖וֹשׁ י֥וֹרֶה אָֽרֶץ׃ 4 מָ֤ה אֶֽעֱשֶׂה־לְּךָ֙ אֶפְרַ֔יִם מָ֥ה אֶעֱשֶׂה־לְּךָ֖ יְהוּדָ֑ה וְחַסְדְּכֶם֙ כַּֽעֲנַן־בֹּ֔קֶר וְכַטַּ֖ל מַשְׁכִּ֥ים הֹלֵֽךְ׃ 5 עַל־כֵּ֗ן חָצַ֙בְתִּי֙ בַּנְּבִיאִ֔ים הֲרַגְתִּ֖ים בְּאִמְרֵי־פִ֑י וּמִשְׁפָּטֶ֖יךָ א֥וֹר יֵצֵֽא׃ 6 כִּ֛י חֶ֥סֶד חָפַ֖צְתִּי וְלֹא־זָ֑בַח וְדַ֥עַת אֱלֹהִ֖ים מֵעֹלֽוֹת׃ 7 וְהֵ֕מָּה כְּאָדָ֖ם עָבְר֣וּ בְרִ֑ית שָׁ֖ם בָּ֥גְדוּ בִֽי׃ 8 גִּלְעָ֕ד קִרְיַ֖ת פֹּ֣עֲלֵי אָ֑וֶן עֲקֻבָּ֖ה מִדָּֽם׃ 9 וּכְחַכֵּ֨י אִ֜ישׁ גְּדוּדִ֗ים חֶ֚בֶר כֹּֽהֲנִ֔ים דֶּ֖רֶךְ יְרַצְּחוּ־שֶׁ֑כְמָה כִּ֥י זִמָּ֖ה עָשֽׂוּ׃ 10 בְּבֵית֙ יִשְׂרָאֵ֔ל רָאִ֖יתִי שעריריה שָׁ֚ם זְנ֣וּת לְאֶפְרַ֔יִם נִטְמָ֖א יִשְׂרָאֵֽל׃ 11 גַּם־יְהוּדָ֕ה שָׁ֥ת קָצִ֖יר לָ֑ךְ בְּשׁוּבִ֖י שְׁב֥וּת עַמִּֽי׃   פ