Yiddish
Hebrew
אידיש
1 הערט דאָס צו, איר כֹּהנים, און פֿאַרנעמט, איר הױז פֿון ישׂראל, און איר הױז פֿון מלך, לײגט צו דאָס אױער, װאָרום אױף אײַך איז אַ משפּט פֿאַראַן, װײַל אַ פּאַסטקע זײַט איר געװען פֿאַר מִצפָּה, און אַן אױסגעשפּרײטע נעץ אױף תָּבוֹר. 2 און די אָפּקערער זײַנען אין שעכטן פֿאַרטיפֿט, און איך בין אָפּגעטאָן בײַ זײ אַלעמען. 3 איך קען אפֿרים, און ישׂראל איז ניט פֿאַרהױלן פֿון מיר; װאָרום אַצונד האָסטו מזַנה געװען, אפֿרים, פֿאַראומרײניקט געװאָרן איז ישׂראל. 4 זײערע מעשׂים לאָזן זײ ניט זיך אמצוקערן צו זײער גאָט, װאָרום אַ גײַסט פֿון זנות איז אין זײ, און יהוה קענען זײ ניט. 5 און דער שטאָלץ פֿון ישׂראל װעט געבײגט װערן פֿאַר זײַן פּנים, און ישׂראל און אפֿרים װעלן געשטרױכלט װערן דורך זײער זינד, אױך יהודה טוט שטרױכלען מיט זײ. 6 מיט זײערע שאָף און מיט זײערע רינדער װעלן זײ גײן זוכן גאָט, אָבער זײ װעלן ניט געפֿינען – ער האָט זיך אָפּגעטאָן פֿון זײ. 7 זײ האָבן אָן גאָט געפֿעלשט, װאָרום פֿרעמדע קינדער האָבן זײ געבאָרן; אַצונד װעט זײ אַ חוֹדש פֿאַרצערן מיט זײערע פֿעלדער. 8 בלאָזט אַ שוֹפֿר אין גִבעָה, אַ טרומײטער אין רָמָה; שאַלט אין בית-אָוֶן: קוק זיך אום, בנימין! 9 אפֿרים װעט צו װיסט װערן אין טאָג פֿון שטראָף; אין די שבטים פֿון ישׂראל טו איך עס צו װיסן אױף זיכער. 10 די האַרן פֿון יהודה זײַנען װי גרענעצפֿאַרכאַפּער, אױף זײ װעל איך אױסגיסן װי װאַסער מײַן צאָרן. 11 געדריקט װערט אפֿרים, צעבראָכן פֿון משפּט, װײַל ער איז װילנדיק געגאַנגען נאָך קױט. 12 און איך בין װי אַ מאָיל צו אפֿרים, און װי אַ פֿױלונג צו דעם הױז פֿון יהודה. 13 און אפֿרים האָט געזען זײַן קראַנקשאַפֿט, און יהודה זײַן װוּנד; איז אפֿרים געגאַנגען צו אַשור, און האָט געשיקט צום מלך ״שטרײטער״; אָבער ער קען אײַך ניט הײלן, און ער װעט ניט אָפּטאָן פֿון אײַך די װוּנד. 14 װאָרום איך װעל זײַן װי אַ לײב צו אפֿרים, און װי אַ יונגלײב צום הױז פֿון יהודה; איך, איך װעל פֿאַרצוקן און אַװעקגײן, אַװעקטראָגן, און קײנער װעט ניט מציל זײַן. 15 איך װעל גײן, איך װעל זיך אומקערן צו מײַן אָרט, ביז זײ װעלן זיך שפּֿירן שולדיקן; און זוכן מײַן פּנים; אין זײער נױט װעלן זײ מיך פֿאָרשן:
עברית
1 שִׁמְעוּ־זֹ֨את הַכֹּהֲנִ֜ים וְהַקְשִׁ֣יבוּ בֵּ֣ית יִשְׂרָאֵ֗ל וּבֵ֤ית הַמֶּ֙לֶךְ֙ הַאֲזִ֔ינוּ כִּ֥י לָכֶ֖ם הַמִּשְׁפָּ֑ט כִּֽי־פַח֙ הֱיִיתֶ֣ם לְמִצְפָּ֔ה וְרֶ֖שֶׁת פְּרוּשָׂ֥ה עַל־תָּבֽוֹר׃ 2 וְשַׁחֲטָ֥ה שֵׂטִ֖ים הֶעְמִ֑יקוּ וַאֲנִ֖י מוּסָ֥ר לְכֻלָּֽם׃ 3 אֲנִי֙ יָדַ֣עְתִּי אֶפְרַ֔יִם וְיִשְׂרָאֵ֖ל לֹֽא־נִכְחַ֣ד מִמֶּ֑נִּי כִּ֤י עַתָּה֙ הִזְנֵ֣יתָ אֶפְרַ֔יִם נִטְמָ֖א יִשְׂרָאֵֽל׃ 4 לֹ֤א יִתְּנוּ֙ מַ֣עַלְלֵיהֶ֔ם לָשׁ֖וּב אֶל־אֱלֹֽהֵיהֶ֑ם כִּ֣י ר֤וּחַ זְנוּנִים֙ בְּקִרְבָּ֔ם וְאֶת־יְהוָ֖ה לֹ֥א יָדָֽעוּ׃ 5 וְעָנָ֥ה גְאֽוֹן־יִשְׂרָאֵ֖ל בְּפָנָ֑יו וְיִשְׂרָאֵ֣ל וְאֶפְרַ֗יִם יִכָּֽשְׁלוּ֙ בַּעֲוֺנָ֔ם כָּשַׁ֥ל גַּם־יְהוּדָ֖ה עִמָּֽם׃ 6 בְּצֹאנָ֣ם וּבִבְקָרָ֗ם יֵֽלְכ֛וּ לְבַקֵּ֥שׁ אֶת־יְהוָ֖ה וְלֹ֣א יִמְצָ֑אוּ חָלַ֖ץ מֵהֶֽם׃ 7 בַּיהוָ֣ה בָּגָ֔דוּ כִּֽי־בָנִ֥ים זָרִ֖ים יָלָ֑דוּ עַתָּ֛ה יֹאכְלֵ֥ם חֹ֖דֶשׁ אֶת־חֶלְקֵיהֶֽם׃   ס 8 תִּקְע֤וּ שׁוֹפָר֙ בַּגִּבְעָ֔ה חֲצֹצְרָ֖ה בָּרָמָ֑ה הָרִ֙יעוּ֙ בֵּ֣ית אָ֔וֶן אַחֲרֶ֖יךָ בִּנְיָמִֽין׃ 9 אֶפְרַ֙יִם֙ לְשַׁמָּ֣ה תִֽהְיֶ֔ה בְּי֖וֹם תּֽוֹכֵחָ֑ה בְּשִׁבְטֵי֙ יִשְׂרָאֵ֔ל הוֹדַ֖עְתִּי נֶאֱמָנָֽה׃ 10 הָיוּ֙ שָׂרֵ֣י יְהוּדָ֔ה כְּמַסִּיגֵ֖י גְּב֑וּל עֲלֵיהֶ֕ם אֶשְׁפּ֥וֹךְ כַּמַּ֖יִם עֶבְרָתִֽי׃ 11 עָשׁ֥וּק אֶפְרַ֖יִם רְצ֣וּץ מִשְׁפָּ֑ט כִּ֣י הוֹאִ֔יל הָלַ֖ךְ אַחֲרֵי־צָֽו׃ 12 וַאֲנִ֥י כָעָ֖שׁ לְאֶפְרָ֑יִם וְכָרָקָ֖ב לְבֵ֥ית יְהוּדָֽה׃ 13 וַיַּ֨רְא אֶפְרַ֜יִם אֶת־חָלְי֗וֹ וִֽיהוּדָה֙ אֶת־מְזֹר֔וֹ וַיֵּ֤לֶךְ אֶפְרַ֙יִם֙ אֶל־אַשּׁ֔וּר וַיִּשְׁלַ֖ח אֶל־מֶ֣לֶךְ יָרֵ֑ב וְה֗וּא לֹ֤א יוּכַל֙ לִרְפֹּ֣א לָכֶ֔ם וְלֹֽא־יִגְהֶ֥ה מִכֶּ֖ם מָזֽוֹר׃ 14 כִּ֣י אָנֹכִ֤י כַשַּׁ֙חַל֙ לְאֶפְרַ֔יִם וְכַכְּפִ֖יר לְבֵ֣ית יְהוּדָ֑ה אֲנִ֨י אֲנִ֤י אֶטְרֹף֙ וְאֵלֵ֔ךְ אֶשָּׂ֖א וְאֵ֥ין מַצִּֽיל׃ 15 אֵלֵ֤ךְ אָשׁ֙וּבָה֙ אֶל־מְקוֹמִ֔י עַ֥ד אֲשֶֽׁר־יֶאְשְׁמ֖וּ וּבִקְשׁ֣וּ פָנָ֑י בַּצַּ֥ר לָהֶ֖ם יְשַׁחֲרֻֽנְנִי׃